בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די אחריות וואס א לערערין טראגט אויף די מיידלעך
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד אונזערע חשוב'ע טיטשערס פון 'בית פיגא', שתחיו.


מיט לויב און דאנק צום הייליגן באשעפער זענען מיר אריין בשעה טובה אינעם אכטן יאר פון אונזער סקול. מיר האבן געעפנט דעם סקול שנת תשע"ב מיט דרייצן מיידלעך - פון דריי ביז צוועלף יאר, מיר האבן דעמאלט אויסגעזען ווי א חוזק, אלע האבן געלאכט - אריינגערעכענט אנשי שלומינו, אבער ברוך השם אז היינט שטייען מיר שוין דא, אז מיר האבן שוין אייגענע טיטשערס תלמידות פון בית פיגא; טיטשערס וואס זענען אויפגעוואקסן מיט א ריינע חינוך, באקומענדיג די הייליגע חינוך וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


איך וויל ענק קלאר שטעלן אפאר נקודות וואס מיר פארלאנגען פון אלע אונזערע טיטשערס.


א. עס איז א יסוד היסודות ביי חינוך הבנים והבנות אז דער מחנך אדער מחנכת דארף זיין א ביישפיל פאר זיינע תלמידים. מען קען נישט מחנך זיין קינדער ווען דער מחנך אליינס פירט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, קינדער דארפן ארויפקוקן אויף זייער טיטשער.


דעריבער אז מיר זענען מחנך די קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידישע פרויען דארף די טיטשער גיין אנגעטון בצניעות און זיך פירן איידל; אז די קינדער זעען זייער טיטשער פירט זיך איידל און שיין וועלן זיי דאס נאכמאכן און זיך אויך פירן איידל און שיין.


1 - א טיטשער קען נישט האבן קיין סמארט פאון; ווי אזוי קען מען מחנך זיין קינדער אז א אידישע פרוי טאר נישט האבן קיין סמארט פאון ווען די מיידל טראכט: 'מיין טיטשער האט אליינס אזא פאון?!' עטליכע יאר צוריק האבן מיר געמוזט פארשיקן טיטשערס ווייל עס איז זיי וויכטיגער געווען זייער סמארט פאון וכו'.


2 - א טיטשער איז נישט קיין פרענד, א טיטשער איז אזוי ווי א מאמע; א קינד דארף וויסן אז מיין מאמע איז נישט מיין פרענד וואס איך קען מיך מיט איר טענה'ן אדער ווערטלען. אך און וויי איז פאר עלטערן וואס זיי זענען מחנך זייערע קינדער אויף אזא אופן, ווען די קינדער ווערן עלטער ווערן זיי שרעקליכע עזות פנים'ער וכו'. א קינד דארף וויסן אז וואס א טאטע און מאמע זאגט איז געזאגט, א ווארט איז א ווארט, נישט דא קיין טענות און נישט דא קיין מענות.


3 - מען דארף אכטונג געבן צו קומען אנגעטון זויבער; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיד.): "אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן, כָּל תַּלְמִיד חָכָם שֶׁנִּמְצָא רְבָב עַל בִּגְדוֹ חַיָּב מִיתָה", א תלמיד חכם וואס מען טרעפט א פלעק אויף זיין קלייד איז חייב מיתה, זאגט דארט רש"י: ווייל זיי פארשעמען די תורה, מענטשן זאגן: "קוק אן די וואס לערנען תורה, זיי זענען שמוציגע מענטשן", קומט אויס אז זיי מאכן די תורה זאל זיין פארמיאוס'ט ביי מענטשן; דאס מיינט מען א מלמד, א טיטשער א.ד.ג. אז זיי דארפן קומען אנגעטון שיין און ריין אז די קינדער זאלן ארויפקוקן אויף זיי און אננעמען וואס זיי זאגן.


ב. מען קען נישט ארויס גיין פון קלאס פארברענגען אינדרויסן מיט אנדערע טיטשערס, דאס איז א גניבה וואס מען קען נישט באצאלן. דעריבער האט דער רבי נישט געוואלט אז זיינע מענטשן זאלן זיין מלמדים; דער רבי האט אמאל געפרעגט איינע פון די תלמידים וואס איז געווען א מלמד: "וויפיל פארדינסטו א וואך שכר לימוד? צעטייל דיין געלט אויפן טאג און אויפן שעה, וויפיל קומט דיר אויס צו מאכן א מינוט? ממש קליין געלט, קומט אויס אז דו קענסט פארלירן יענע וועלט פאר בלויז אפאר דאללער; ווייל ווען מען גנב'עט געלט פון א צווייטן קען מען דאס באצאלן און יענער קען דאס מוחל זיין, אבער ווען מען איז מבטל תורה פון קינדער קען מען דאס נישט באצאלן און מען קען דאס נישט מוחל זיין (שיחות הר"ן, סימן רמ)"; אזוי איז דא כמה וכמה שיחות וואס דער רבי האט געזאגט פאר אנשי שלומינו מען זאל נישט זיין קיין מלמד (חיי מוהר"ן, סימן תסה; תקצא). זעט מען ווי הארב עס איז ווען מען נעמט אוועק צייט פון די חשבון פון די קינדער.


ג. די טיטשערס דארפן זיין אנגעגרייט פון אנהייב וואך מיט זייערע לימודים פאר די גאנצע וואך; מען קען נישט קומען אין סקול און פרעגן אין אפיס: "וואס זאל איך היינט טון?" אז מען איז נישט אנגעגרייט וואס צו לערנען מיט די מיידלעך איז עס אזוי ווי מען איז נישט אין קלאס. סתם דורך שטופן די צייט מיט די קינדער איז נישט אויף וואס מיר צאלן א געהאלט און דאס איז נישט אויף וואס די עלטערן צאלן שכר לימוד. קומט אויס אז דאס איז גניבה וגזילה; אז מען האט זיך אונטער גענומען צו זיין א טיטשער דארף מען קומען מיט א פלאן פארן יאר - וואס מען גייט לערנען און וויפיל מען גייט אנקומען.


מיר האבן אויפגענומען מרת ... תחי' צו ווייזן פאר אלע טיטשערס ווי אזוי אויס צו שטעלן די סדר הלימודים און ווי אזוי דאס צו מסדר זיין לויט די וואך, חודש און יאר.


ד. עס איז אן אחריות אויפן טיטשער אכטונג צו געבן אז קינדער זאלן זיך נישט גרויסן אויף אנדערע. די טיטשער דארף לעבן מיט די קלאס; עס איז נישט גענוג צו לערנען די לימודים וכו', נאר די טיטשער דארף אויך וויסן וואס טוט זיך צווישן די מיידלעך. מען זאל זיך אומקוקן אויב איז דא א מיידל וואס מאכט חוזק פון אנדערע,  אויב מען זעט א מיידל טשעפעט אנדערע קינדער דארף מען דאס אפשטעלן און נאכגיין צי מען טשעפעט ווייטער.


שטארקטס ענק מיט אייער הייליגע ארבעט; איך ווייס זייער גוט אז צו זיין א טיטשער איז נישט פון די גרינגסטע זאכן. איך אליינס זיץ שוין איבער פופצן יאר מיט קינדער, עס איז טאקע א שווערע עבודה, אבער וויסן זאלט איר אז יעדער איינער מוטשעט זיך אויף די וועלט; עס איז נישט דא וואו אוועק צו לויפן פון די פלאג פון די וועלט, וואויל איז פארן מענטש וואס לייגט אריין זיין פלאג אין א זאך וואס בלייבט, ער לייגט אריין זיין לעבן אין אויפבויען אידישע קינדער.


לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן די זכיה צו משמש זיין דעם רבי'ן מיטן מחנך זיין מיידלעך זיי זאלן וויסן ווי אזוי מען געבט זיך אן עצה אין לעבן - דורך רעדן צום אייבערשטן.


איך וועל ענק נאך אסאך שרייבן ווי אזוי מען בויעט אויף קינדער.