בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי'.
מזל טוב! מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל און די שכינה זאל שטענדיג רוען ביי אייך אין שטוב.
איך האף אז איר זענט נישט באליידיגט אז איך האב נישט געטאנצט "מצוה טאנץ"; איר האט מיר זייער אסאך געבעטן און למעשה האב איך מיך ארויסגעדרייט. וויל איך איר זאלט וויסן אז איך ווייס נישט די סודות פון "מצוה טאנץ", איך בין ווייט פון די זאכן; הלוואי זאל איך זיין א פשוט'ער איד, טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן.
עס איז כדאי איר זאלט קוקן וואס מוהרא"ש שרייבט (קונטרס יום הנשואין, סימן יז) וועגן די מנהג בורות און קלים ורקים צו טאנצן "מצוה טאנץ"; ליידער מאכט מען ליצנות און מען געבט דאס פאר משפחה וכו', זאגט מוהרא"ש אז "מצוה טאנץ" איז נאר פאר די עלטערן, פאר די זיידעס, פאר חתן כלה און פאר צדיקי אמת, אבער חוץ מזה איז דאס סתם הפקירות וכו'.
וואס יא? איך וועל טאנצן פאר אייך דורכאויס אייער גאנץ לעבן; איך וועל אייך משמח זיין, מעודד זיין און משמח זיין. יעדע וואך ליל שישי איז דא א שיעור פאר די אברכים פון ישיבה, דעמאלט טאנץ איך מצוה טאנץ; איך געב איבער ביים שיעור אלע עצות און חיזוק ועידוד וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט. אזוי אויך קומט פאר יעדן ערב ראש חודש א שיעור פאר אלע פרויען, איך האף אז איר וועט זיך קומען משתתף זיין.
א דאנק אייך זייער פארן ארויס העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלט איר האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א ליכטיגן חנוכה.
...