בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א איד האט נישט קיין קשיות
אמונה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


משפחת ... שיחיו


עס איז נישט גרינג ווען מען האלט שוין נאך אפאר חדשים וכו' און מען פארלירט, די ווייטאג איז שרעקליך; דאך דארף מען וויסן אז אלעס איז פונעם אייבערשטן און אלעס איז נאר פאר די טובה פונעם מענטש. די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ס.), מען זאל זיך צוגעוואוינען שטענדיג צו זאגן די ווערטער: "כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא, לְטַב עָבִיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז נאר גוט; מוהרא"ש זאגט אויפן פסוק (תהלים עט, י): "לָמָּה", פארוואס? "יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם", פרעגן די גוים; א גוי פרעגט קשיות, א גוי זאגט לָמָּה? א איד האט נישט קיין קשיות, א איד ווייסט און גלייבט אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט און האט א חשבון.


מען קען נישט פארשטיין דרכי המקום ברוך הוא, מען דארף וויסן און גלייבן אז דער אייבערשטער מאכט אלעס מיט א חשבון, און אפילו די זאכן וואס זעען אויס ווי נישט גוט - איז אלעס מיט א חשבון, אלעס איז נאר פאר אונזער טובה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן נב): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא", אזוי דארף זיין, "שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", עס זאל זיין קשיות אויפן אייבערשטן, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַךְ", און עס איז שיין און גוט עס זאל זיין קשיות, "אִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ", ווייל אויב וואלט מען ווען פארשטאנען יעדע זאך וואס דער אייבערשטער טוט, "אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ", וואלט דאך חס ושלום געווען אונזער שכל אזוי ווי דעם אייבערשטנ'ס פארשטאנד; קומט אויס, אז מען האט קשיות ווייזט דאס אז דער אייבערשטער איז זייער זייער גרויס, און דער רבי האט אויסגעפירט, נישט מען זאל מיינען אז עס איז גוט ארום צו גיין מיט קשיות: "וואויל איז דעם מענטש וואס האט נישט קיין שום קשיות אויפן אייבערשטן", ער גלייבט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז נאר פאר זיין טובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.