בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אידישע ווייבלעך קען מען נישט פארנארן
צניעות, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין פרנסה איז זיין א קאר סערוויס דרייווער - זאלסטו זיך זייער אכטונג געבן ווען דו האסט א פרוי אליין אין קאר, נישט רעדן קיין איין איבריגע ווארט, און נישט קוקן קיין איין קוק.


דאס וואס דו זאגסט אז דו שפירסט זיך ווי א שוטה מיטן נישט קוקן און נישט זיין העפליך, און דו שטארקסט זיך מיט די ווערטער פון די הייליגע חכמים (עדיות ה, ו): "מוּטָב לִי לְהִקָּרֵא שׁוֹטֶה כָּל יָמַי", ענדערש זיין א שוטה, "וְלֹא לֵעָשׂוֹת שָׁעָה אַחַת רָשָׁע לִפְנֵי הַמָּקוֹם", און נישט זיין קיין רשע איין סעקונדע פארן אייבערשטן; וויל איך דיר זאגן אז איך בין זייער איבערגענומען פון דיין יראת שמים, ווי דו שלאגסט זיך מיטן יצר הרע, אבער וויסן זאלסטו אז עס איז פינקט פארקערט, ווען מען פאלט אריין מיט א קאר סערוויס דרייווער וואס רעדט און קוקט וכו' וכו' - קוקן די פרויען אים אן ווי א שוטה, אידישע ווייבלעך קען מען נישט פארנארן און פארדרייען, זיי שפירן זייער רואיג און זיכער ווען דער דרייווער קוקט נישט, רעדט נישט, פרעגט נישט, טוט וואס ער האט צו טון, און די אלע וואס מאכן זיך ארענטליך, מען קוקט, מען שמייכלט, דארט זענען די פרויען נישט רואיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.