בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי', קרית ברסלב
טרייבט ארויס די נישט גוטע מחשבות אז פרויען זענען גארנישט ווערד, פרויען זענען ווייניגער ווי מענער; ווי האט איר גענומען די מחשבות? דאס איז נישט אמת, ביי אידישע קינדער איז די פרוי די קרוין פון שטוב, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (משלי יב, ד): "אֵשֶׁת חַיִל" אן ערליכע פרוי, "עֲטֶרֶת בַּעְלָהּ" איז א קרוין פאר איר מאן.
מיר געפינען אין גאנץ ספר משלי ווי עס ווערט ארויסגעברענגט דאס גרויסקייט פון לערנען די הייליגע תורה – מיט א משל צו אן ערליכע פרוי; אלע פסוקים זענען געשריבן מיט א משל צו א פרוי; ווייל ווען מען וויל ארויסברענגען דאס חשיבות פון תורה – נעמט מען די חשוב'סטע זאך פאר א משל.
איך בעט אייך זייער, צעקלאפט אייך נישט, דער אייבערשטער האט צוגעזאגט גרעסערע גליקן פאר פרויען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "גְּדוֹלָה הַבְטָחָה שֶׁהִבְטִיחָן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לַנָּשִׁים יוֹתֵר מִן הָאֲנָשִׁים", אזוי ווי עס שטייט (ישעי' לב, ט): "נָשִׁים שַׁאֲנַנּוֹת קֹמְנָה" וְגוֹ.
אויך זאלט איר יעדן טאג זיך אביסל אויסלופטערן, שפאצירן, שמועסן וכו', עס איז זייער וויכטיג פאר א אידישע מאמע; אזוי האט מען כח און מח.