בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, כ"ט מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
דארפסט נישט שיקן צו אונז אין די מוסד, אבער חבר דיך מיט גוטע חברים און מאך נישט חוזק פון אונזער מוסד; ווען עס איז געקומען ביי דיר אליינס, דו האסט געוואלט אריינקומען אלס בחור אין ישיבה, און דיין טאטע האט בסך הכל געהאלטן אז עס איז נישט פאר דיר, דעמאלט האסטו פארשטאנען אז דו דארפסט די וועג פון רבי'ן, נאר יעצט ביסטו שוין אפגעקילט וכו'.
איך ווייס נישט אויב דו ווייסט די סיבה פארוואס מיר האבן געעפנט די ברסלב'ער מוסד, פאר צוויי סיבות; ערשטנ'ס, אונזערע קינדער זאלן זיך נישט שעמען מיט ברסלב, אונזערע קינדער זאלן זיך נישט שעמען מיטן פארן קיין אומאן ראש השנה, און צווייטנ'ס, אז אונזערע קינדער זאלן נישט ווערן צעשניטן; פאר די צוויי זאכן האבן מיר געעפנט די מוסד. ווייל איך האב געזען מיט מיינע אייגענע אויגן די קינדער פון די חשוב'ע תלמידים ביי מוהרא"ש, נישט סתם תלמידים, גרויסע חשוב'ע תלמידים, וואס הרב רבי יצחק שליט"א שרייבט אינעם התנצלות פון ספר שיחות מוהרא"ש אויף זיי אזעלכע לשונות, תלמידים וואס זענען אזוי גרויס באמונה ובגילוי אלקות כמו תלמידי הבעל שם טוב והמגיד זכרונם לברכה, אבער די קינדער האבן נישט געוואלט וויסן און הערן פון רבי'ן צוליב די בזיונות וואס איז אויף זיי אריבער פון חברים און פון מלמדים אין זייער חדר.
דעמאלט האבן מיר זיך צאמגענומען אפאר חברים, מיר זענען אריין צו מוהרא"ש אז מיר ווילן עפענען א חדר, א ברסלב'ער חדר, אויך ווייל דעמאלט האט מען מיר ארויסגעווארפן מיינע קינדער. און מוהרא"ש האט אונז דעמאלט מדריך געווען אויף טריט און שריט ווי אזוי צו פירן די חדר, און פרעג נישט וואס איז אריבער דעמאלט אויף מיר, די בזיונות, די שפיכות דמים פון די גאס און פון משפחה, די חדר האט אויסגעזען ווי איין שטיק חוזק.
אויך פון אינעווייניג האט מען גאר הויך געלאכט פון די חדר; איך האב זיך געוואונדערט פארוואס אנשי שלומנו שיקן נישט די קינדער, און נישט די בחורים. איך געדענק ווי איין טאג האבן זיך אריינגעכאפט צוויי בחורים וואס דער טאטע איז געווען ביי מוהרא"ש, געדאווענט ביי מוהרא"ש, געזיצן ביי די שיעורים פון מוהרא"ש, דער טאטע איז אריבער געקומען אין ישיבה און זיי אנגעכאפט ביים קארג און ארויסגעשלעפט, און אזוי ווי ביי דיר, דער טאטע אליינס איז אנטלאפן פון שטוב אלס בחור צו מוהרא"ש, אבער די קינדער נישט.
דאס איז מיר געווען א גרויסע וואונדער, וואס גייט דא פאר? ווי קען זיין א טאטע וואס פאר זיך דארף ער דעם רבי'ן, ער קען נישט לעבן אנעם רבי'ן, און ווען די קינדער ווילן קומען - לאזט ער נישט. די קשיא האט דער רבי געפרעגט דעם גרויסן תלמיד ר' יודל, דער רבי האט אים געזאגט: "איך בין א וואונדער, א טאטע פארט צו מיר, גלייבט ער דאך אין מיר, און ווען זיין זון וויל קומען - לאזט ער אים נישט קומען". דאס איז געווען ווען ר' יודל פון דאשוב א תלמיד פון רבי'ן, א גרויסער צדיק געווען, האט נישט געלאזט זיין זון קומען צום רבי'ן, און ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט די ווערטער: "איך בין א וואונדער, א טאטע קומט צו מיר, גלייבט ער דאך אין מיר, וואלט ער ווען געדארפט מיט נעמען די קינדער צו מיר; ניין, די קינדער נישט".
איך דערמאן זיך יעצט ביים שרייבן אזעלכע מעשיות וואס מאכן מיר שווער אויפן הארץ, איינע פון די טייערע תלמידים ביי מוהרא"ש, זיינע קינדער האבן נישט געוואלט קוקן אויף אים, נישט געוואלט רעדן מיט אים, נישט געוואלט האבן מיט אים; זיי זענען געווען צוהיצט און געקוקט מיט זלזול און מיט געשפעט. איך האב מיט זיי גערעדט טעג און נעכט, זיי מקרב געווען. דאס אלעס האב איך געזען מיט מיינע אויגן, אז די קינדער ווילן נישט קומען צום רבי'ן, צוליב די בושות וואס מען מאכט זיי אין אנדערע חדרים, און צוליב דעם האבן מיר געעפנט די מוסד, און ברוך השם אונזערע קינדער האבן אן עזות דקדושה, זיי לעבן מיטן רבי'ן, זיי לעבן מיטן סדר דרך הלימוד, מיט הפצה, הפצה איז נישט קיין פארשעמטע זאך, וכו' וכו'.
אינטערעסאנט איז געווען, פאר איינעם האט מוהרא"ש געזאגט ער זאל שיקן די קינדער אין אונזער חדר, פאר א צווייטער האט מוהרא"ש געזאגט די חדר האט גארנישט מיט מיר, און אזוי ווייטער, מוהרא"ש האט זיך גוט געקענט ארויסדרייען פון קאפ וויי, אזוי ווי דער רבי דערציילט פונעם בעל תפילה (ספורי מעשיות, מעשה יב): "נָאר חַאפְּן הָאט מֶען אִים נִיט גִיקָאנְט. וָוארִין דֶער בַּעַל תְּפִלָּה פְלֶעגְט זִיךְ פִירִין מִיט גְרוֹיס חָכְמָה. אוּן פְלֶעגְט זִיךְ בַּיי אִיטְלִיכְן פַארְשְׁטֶעלִין אַנְדֶערְשׁ. בַּיי דֶעם הָאט עֶר זִיךְ פַארְשְׁטֶעלְט פַאר אֵיין אָרִים מַאן. אוּן בַּיי דֶעם פַאר אֵיין סוֹחֵר. אוּן בַּיי דֶעם הָאט עֶר זִיךְ נָאךְ אַנְדֶערְשׁ פַארְשְׁטֶעלְט. אוּן דֶערְצוּ אַז עֶר פְלֶעגְט קוּמֶען שְׁמוּסִין מִיט אַ מֶענְשְׁן. אַז עֶר הָאט פַארְשְׁטַאנֶען אַז עֶר קָאן בַּיי דֶעם מֶענְשְׁן נִיט פּוֹעֶלִין דָאס וָואס עֶר וִויל. פְלֶעגְט עֶר דֶעם מֶענְשְׁן אַזוֹי פַארְדְרֵיעֶן מִיט רֵייד. בִּיז סֶע גָאר נִיט גִימָאלְט גִיוֶוען צוּ פַאלְן אַז עֶר מֵיינְט דָאס דָאזִיגֶע דְהַיינוּ אַז עֶר זָאל אִים מְקַרֵב זַיין צוּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ. אוּן סֶע נִיט גִימָאלְט גִיוֶוען צוּ שְטוֹיסִין זִיךְ אַז עֶר מֵיינְט דָאס. חָאטְשֶׁע צוּם אֶמֶת אִיז גָאר זַיין כַּוָונָה גִיוֶוען נָאר דָאס. וָוארִין וָואס עֶר הָאט גִישְׁמוּסְט אוּן גִירֶעט מִיט לַייט. הָאט עֶר מֶער נִיט גִימֵיינְט נָאר דָאס. דְהַיינוּ אַז עֶר זָאל מְקַרֵב זַיין צוּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ. נָאר וִוי עֶר הָאט פַארְשְׁטַאנֶען אַז עֶר פּוֹעְלְט בַּיי דֶעם נִיט. פְלֶעגְט עֶר אִים אַזוֹי מְרַמֶה זַיין אוּן פַארְשְׁטֶעלִין מִיט רֵייד בִּיז יֶענֶער הָאט גִימֵיינְט אַז עֶר וִויל גָאר נִיט דָאס"; מוהרא"ש האט מיט יעדן איינעם גערעדט זיין שפראך, ער פלעגט רעדן צו מענטשן פון תכלית, אבער אויב האט ער פארשטאנען אז ער גייט נישט קענען ביי יענעם פועל'ן וואס ער וויל - האט ער יענעם אזוי פארדרייט אז עס איז גארנישט מעגליך געווען צו טראכטן אז ער וויל דא עפעס וואס יענער קען נישט הערן.
ביי אונז אין מוסד רעדט מען צו די קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן בקדושת היסוד, פון ווען די קינדער זענען נאך קליין רעדט מען צו זיי קלארע דיבורים אז מען טאר נישט פוגם זיין בברית קודש, קלארע דיבורים מיינט נישט איבריגע רייד, אז מען רעדט איבריגע רייד קומט נישט ארויס קיין טובה, ביי אונז רעדט מען די ווערטער: "מען טאר נישט אנרירן דעם ברית", מען רעדט נישט מער, נאר די ווערטער: "מען טאר נישט אנרירן, עס איז זייער א גרויסע עבירה", מען רעדט צו די קינדער פון שכר ועונש, מען רעדט צו זיי ווי שרעקעדיג עס איז סיי אויף די וועלט און ווער רעדט פון יענע וועלט, ווי געפערליך די עבירה איז, און קינדער אז מען רעדט צו זיי - פאלגן זיי, און פאר דעם אליינס איז כדאי אונזער מוסד, ווייל וויפיל אינגעלייט און בחורים האבן מיר אויסגעגאסן זייער הארץ אז זיי האבן נישט געוואוסט וואס זיי טוען, זיי האבן זיך צוגעוואוינט צו עבירות, פוגם זיין בברית, און עס איז זיי אזוי פינסטער, און דאס האב איך געהערט פון טייערע ליכטיגע בחורים, טייערע איידעלע אינגעלייט, קינדער פון תלמידים וואס מיר זענען געזיצן אינאיינעם ביי מוהרא"ש, און דא שטעלט זיך נאכאמאל די קשיא, ווי קען זיין, מיר זיצן דאך ביים רבינ'ס טיש און מיר הערן די זעלבע ווערטער ווי מען דארף רעדן צו די קינדער פון זיין הייליג, ואין פוצה פה, די קינדער ווייסן נישט גארנישט; נאך די וואך איז צו מיר געקומען א קינד און געוויינט אז ער דארף אן עצה, א רפואה; ער איז צוגעקלעבט נעבעך צו טון די עבירה און יעצט איז ער אנגעקומען צו אונזער חדר און דער מלמד רעדט הארציגע דיבורים, דער מלמד פארמאכט די אויגן און זאגט: "טייערע קינדער, ווער עס וויל זיין א צדיק זאל וויסן אז מען טאר נישט אנרירן ווען מען גייט אין בית הכסא"; דער קינד געפינט יעצט אויס אז ער טוט עפעס גאר שלעכט און ער פרובירט זיך צו אפגעוואוינען און ער קען נישט, קומט ער צו מיר בעטן אויב איך קען אים העלפן.
פרעג איך דיר, לוינט נישט פאר דעם אליינס צו שיקן אין די הייליגע מוסד? און ווער רעדט נאך ביי די מיידלעך; וויפיל קינדער האט אונזער בית פיגא געראטעוועט זיי זאלן קענען לעבן, חתונה האבן, נישט טון שטילערהייט עבירות מיט חבר'טעס השם ישמרנו, טעכטער פון דא, קינדער וואס די עלטערן פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה, קינדער פון עלטערן וואס זענען געזיצן ביי מוהרא"ש וכו' וכו', און ביז זיי זענען נישט אנגעקומען צו די הייליגע פלאץ בית פיגא וואו מען לערנט מיט די קינדער קדושת ישראל מיט אזא ריינקייט, מיט אזא זויבערקייט - האבן זיי געטון אזעלכע נישט גוטע זאכן וואס יארן נעמט עס זאל אויסגיין פון די ביינער, פון די מח מחשבה.
הכלל, איך קען דיר שרייבן נאך אסאך בלעטער, און נאכאלץ וועט בלייבן די בחירה און נסיון, איך זאג דיר נישט וואס צו טון און וואס צו מאכן; נאר דאס בעט איך דיר, האסט געלערנט ביי מיר, איך האב דיך אריינגענומען אין ישיבה מיט רחמנות - זאלסטו נישט אפלאכן און אפשפעטן, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע דורות, גיי יעדן טאג התבודדות און בעט דעם אייבערשטן פאר יעדן קינד, דאנק אים פאר יעדן קינד און בעט אים פאר יעדן באזונדער, בעט דעם אייבערשטן דיינע קינדער און דיינע דורות זאלן אלע לעבן מיטן צדיק אמת, דער הייליגער רבי, זיי זאלן אלע זיין אפגעהיטן פון שלעכטס, און רעד צו דיינע קינדער פון רבי'ן; שבת ביי די סעודות זאלסטו זיי דערציילן אז עס איז דא א רבי וואס קען יעדן איינעם העלפן און ווער עס פאלגט אים קען זוכה זיין ווערן א גרויסער צדיק, שמועס מיט זיי פון רבינ'ס עצות, דערצייל זיי פון רבינ'ס גרויסער תלמיד מוהרנ"ת, דער רבי האט געוואלט מיר זאלן דערציילן פאר די קינדער פון אים. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רט): "'אֵייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיך גֶעטוּן', וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא", דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער; אז מיר זאלן צואוויסן טון פאר אונזערע קינדער אז עס איז דא א רבי אויף די וועלט וואס פארשטייט יעדן איד און ווער עס פאלגט זיינע עצות קען זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק און א גרויסער בעל מדריגה. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, און אפילו א צדיק גמור א גאנץ לעבן - אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיך פאלגן און טון אלעס וואס איך הייס, וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק - זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.