בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר
דעם פארגאנגענעם שבת פרשת וירא איז געווען זייער שיין אין ישיבה, ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט (שיחות הר"ן, סימן קכ) דאס גרויסקייט פון רצון, פון וועלן זיין ערליך. דער רבי זאגט אויפן פסוק (תהילים לא, כה): "חִזְקוּ וְיַאֲמֵץ לְבַבְכֶם כָּל הַמְיַחֲלִים לַה'", דוד המלך זאגט, שטארקט אייך אלע וואס 'האפן' צום אייבערשטן, "אֲפִלּוּ אִם אֵינְכֶם זוֹכִים לְשׁוּם קְדֻשָּׁה וַעֲבוֹדָה חַס וְשָׁלוֹם", אפילו די וואס זענען נישט זוכה צו קיין שום קדושה און עבודת השם, "רַק מְיַחֲלִים לְבַד", איין זאך האבן זיי, דאס ווילן און בענקען, "אַף עַל פִּי כֵן חִזְקוּ וְאִמְצוּ", מיט דעם זאלן ענק זיך שטארקן.
טייערער ברודער, מיט די קליינע שיחה פון רבי'ן קען מען זיך אזוי מחי' זיין און נעמען כוחות ווייטער אנצוהויבן דינען דעם אייבערשטן, ווען מען קוקט זיך אן ווי אזוי מען זעט אויס, ווי לאנג מען פרובירט צו זיין גוט און ווי ווייט מען איז, ווי פארגרעבט מען איז, וואס מען טראכט עקלדיגע מחשבות און צעדרייטע בלבולים וכו', מען האט נאכנישט אנגעהויבן אריינגיין צו די קדושה; זאגט אונז די תורה "חִזְקוּ וְאִמְצוּ", שטארקט אייך, געבט נישט אויף.
וואס זאל איך דיר זאגן, אשרינו; טויזנט מאל אשרינו אז מיר זענען מקורב צו אזא רחמנות'דיגע רבי וואס לאזט אונז נישט אויפגעבן, וואס איז אונז מחזק מיט אזעלכע זיסע חיזוק.
מאך זיך א קביעות, יעדן אינדערפרי גיי א שפאציר און רעד אפאר דיבורים צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין, דו זאלסט זיך נישט דארפן שעמען בזה ובבא.