בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איין טאג וועט איר נאך זען דאס גרויסקייט פון מתרגם זיין די בריוו
הפצה, זיכוי הרבים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תזריע, כ"ח אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וואויל איז אייך, וואויל איז אייער חלק אז איר זענט מזכה אזויפיל אידן זאלן וויסן פון די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן.


די בריוו עצתו אמונה אין אידיש פארשטייען נישט אלע, נאר א קליין חלק פון כלל ישראל פארשטייען אידיש, און אין אייער זכות וואס איר זענט דאס מתרגם זענען זיך אזויפיל אידישע קינדער מחי'.


עס וועט קומען א צייט וואס איר וועט זען דאס גרויסקייט פון מתרגם זיין די בריוו.


א גרינגע ערב פסח און א פרייליכע יום טוב.