בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איין פשוטע קרעכץ צום אייבערשטן, צערייסט אלע גזירות
חודש אלול, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


עס בלאזט שוין די סליחות ווינטל, עס כאפט א טרייסל אין אלע ביינער, מיר גייען בעטן ביים טאטן אין הימל ער זאל אונז געבן נאך א טשאנס מיר זאלן קענען תשובה טון.


נאך שמע קולנו זאגט מען וידוי און נאכדעם זאגט מען די זיסע תפילה פון 'עשה למען אמתך', מען בעט דעם אייבערשטן אויף די אלף בית, און אויך די זיסע תפילה פון 'עננו', דאס איז גאר שיינע תפילות, ווי מען בעט זיך אויף די אלף בית אז דער אייבערשטער זאל אונז געבן א גוטע יאר מיט גוטע גזירות, און אז אלע אידן זאלן תשובה טון.


שאץ זיך נישט אונטער, און זיי נישט ביי זיך יעצט אן עניו אז דיינע תפילות זענען נישט ווערד, אדער טראכטן אז וואס זענען שוין מיינע תפילות ווען אזויפיל אידן בעטן שוין, און אזויפיל צדיקים דאווענען וכו' וכו'; ברודער, די מחשבות זענען טריף פסול, דאס איז פון די סטרא אחרא, וואס ווילן אז דו זאלסט נישט דאווענען, זיי קומען צום מענטשן ביים דאווענען און ביים לערנען מיט מחשבות פון ענוה פסולה רחמנא לצלן; ליבער ברודער, טרייב אוועק די טריפה'נע מחשבות, גלייב אין די הייליגע צדיקים וואס זענען לוחם מיט די סטרא אחרא, זיי זאגן אז יעדער איד איז באליבט ביים אייבערשטן, און אויך אויב מען איז אראפגעפאלן אין עבירות – קען מען תשובה טון, און דער אייבערשטער נעמט צוריק דעם מענטש מיט די גרעסטע מאס ליבשאפט, און הערט אויס יעדע ווארט און יעדע קרעכץ, און פון דעם ווערט א קרוין כביכול פארן אייבערשטן.


צדיקים האבן מגלה געווען אז אמאל איז דא א שלעכטע גזירה און גרויסע צדיקים טוען אלעס דאס מבטל צו זיין, און זיי זעען נישט קיין וועג דאס צו צעשטערן, ביז עס קומט א פשוט'ער איד מיט א צעבראכן הארץ און געבט איין קרעכץ צום אייבערשטן, און מיט איין ווארט, מיט איין שריי: "טאטע, העלף!" ווערט צוריסן די גזירות און עס קומט א ישועה פאר כלל ישראל.