בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#43 - אזוי שיין מחנך די בחורים אין ישיבה
חינוך הילדים, הכרת הטוב, ישיבה, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מנהל אברהם משה שטראססער נרו יאיר


נעם אן די קליינע טיפ, דאס שיקן מיר ווייל מיר זענען דיר זייער דאנקבאר פארן זיך אפגעבן מיט אונזערע קינדער נחמן נתן מיט יצחק דוד, זיי מחנך זיין אין די הייליגע ישיבה מיט יראת שמים און מידות טובות.


מיר זענען זייער צופרידן און מיר וואונטשן דיר א גוט געבענטשט יאר און הצלחה און סייעתא דשמיא מיט די קינדער און תלמידים, אמן.


משפחת ...

#42 - זיך אזוי שיין אפגעגעבן מיט אונזער טייער זון
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, לימוד התורה, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ר' יואל משה פליישמאן נרו יאיר


יעצט ווען די זומער איז אריבער ווילן מיר זיך באדאנקען פארן זיך אזוי אפגעבן מיט אונזער טייערער מענדל נרו יאיר; אים אויפגעבויט און אים אויסגעלערנט תורה, יראת שמים און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און הצלחה אין דיין ארבעט, און נחת ביי דיינע קינדער און תלמידים.


מיר זענען דיר זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#41 - יישר כח פאר'ן זיך אפגעבן אזוי שיין מיט אונזער זון
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, לימוד התורה, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ר' שלום שניצלער נרו יאיר


יעצט ווען די זומער איז אריבער ווילן מיר זיך באדאנקען פארן זיך אזוי אפגעבן מיט אונזער טייערער זון יוסף נרו יאיר, אים לערנען תורה, יראת שמים און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה,


מיר זענען דיר זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה ווינטשט משפחת ...

#40 - אויסגעלערנט עברי מיט מידות טובות ויראת שמים
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ר' בערל שניצלער נרו יאיר


יעצט ווען די זומער איז אריבער וויל מיר זיך באדאנקען פארן זיך אזוי אפגעבן מיט אונזער טייערער זון יחזקאל נרו יאיר, אים אויסלערנען עברי מיט מידות טובות ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה אין דיין ארבעט, און נחת ביי דיינע קינדער.


א כתיבה וחתימה טובה ווינטשט משפחת ...

#39 - תורה, יראת שמים און מידות טובות מיט אונזער טייער זון
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, לימוד התורה, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ר' יחזקאל סאמעט נרו יאיר


יעצט ווען די זומער איז אריבער ווילן מיר זיך באדאנקען פארן זיך אזוי אפגעבן מיט אונזער טייערער זון הערשל נרו יאיר; לערנען מיט אים תורה, יראת שמים און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און הצלחה ביי דיינע קינדער און תלמידים.


מיר זענען זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה, ווינטשט משפחת ...

#38 - הכרת הטוב פאר'ן זיך אפגעבן מיט אונזערע קינדער
קינדער, חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מגיד שיעור ישראל שמעון שטיינבערג נרו יאיר


מיר ווילן ארויסווייזן אונזער הכרת הטוב פארן זיך אפגעבן מיט אונזערע קינדער נחמן נתן מיט יצחק דוד.


מיר זענען זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס דו האסט געטון פאר זיי.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#37 - תשובה טון אין חודש אלול
התחזקות, תשובה, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


די וואך שבת בענטשט מען שוין חודש אלול, ווען עס קומט חודש אלול ווערט יעדער איד זייער נתעורר צו תשובה, יעדער איינער זוכט א וועג ווי אזוי צו ווערן נאנט צום אייבערשטן; דארף מען וויסן אז דער עיקר וועג צו תשובה איז צו זיין: "בקי ברצוא, ובקי בשוב", 'בקי ברצוא', מען דארף וויסן ווי אזוי מען גייט אלץ העכער און העכער, און אז וויפיל מען טוט אין עבודת השם דארף מען אלץ בענקען, וועלן און גליסטן - צו טון נאך מער, און אויך דארף מען זיין 'בקי בשוב', מען דארף וויסן אז אויך ווען מען פאלט אראפ, מען זעט זיך אזוי ווייט פון יעדע סארט מדריגה פון קדושה, אויך דארט איז דער אייבערשטער, און אויך אזא מענטש קען זוכה זיין - אויב ער וועט זיך נישט מייאש זיין – צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ו): "וּכְשֶׁרוֹצֶה אָדָם לֵילֵךְ בְּדַרְכֵי הַתְּשׁוּבָה", ווען מען וויל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, "צָרִיךְ לִהְיוֹת בָּקִי בַּהֲלָכָה", דארף מען זיך גוט אויסקענען ווי אזוי מען גייט, "וְצָרִיךְ לִהְיוֹת לוֹ שְׁנֵי בְּקִיאוּת", צו האבן די צוויי הקדמות, "הַיְנוּ בָּקִי בְּרָצוֹא, בָּקִי בְּשׁוֹב", פון בקי ברצוא און בקי בשוב, סיי ווען מען איז מצליח אין עבודת השם, מען קוקט זיך אן ווי מען איז שוין הויך, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קלט, ח): "אם אסק שמים", אפילו איך בין אין הימל, דאך דארף איך בענקען צו גיין נאך העכער, 'שם אתה', דער אייבערשטער איז נאך העכער, און סיי ווען עס איז 'ואציעה שאול', מען איז אראפגעפאלן אין שאול תחתית רחמנא לצלן, 'הנך', איז דער אייבערשטער אויך דא מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, און נאר אזוי קען מען מצליח זיין אין עבודת השם, נאר אז מען האט די ביידע הקדמות – קען מען אויסניצן די טעג פון חודש אלול מיט דאווענען און לערנען און טון גמילת חסדים, אלץ פרובירן צו טון מער און מער, און אויך ווען מען זעט זיך אזוי ווייט, מען איז אזוי אראפגעפאלן, דארף מען געדענקען: 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, און אויך איך קען נאך זוכה זיין צו פאררעכטן און צו ווערן נאנט צום אייבערשטן'.


א כתיבה וחתימה טובה.

#36 - חודש אלול איז א צייט פון רחמנות
שמחה, תשובה, עצבות, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, וויליאמסבורג


א גרוס פון דיינע טייערע זיסע קינדער, אלע פירן זיך מיט יראת שמים, איך בין זייער צופרידן פון זיי.


די וואך שבת בענטשט מען שוין חודש אלול, מענטשן מיינען אז חודש אלול איז אן אנגעצויגענע צייט, און דערפאר קענען דאס א טייל מענטשן נישט פארנעמען, דאס איז א גרויסע טעות, חודש אלול איז א צייט פון רחמנות, די טעג זענען ימי הרחמים והרצון, ידו פתוחה לקבל שבים, וואס דער אייבערשטער'ס האנט איז אויסגעשטרעקט פאר אלע וואס טוען תשובה, יעדער איינער קען פאררעכטן אלעס וואס מען דארף פאררעכטן, דער אייבערשטער ווארט אויף אונז, מיר זאלן קומען צו אים, אים איבערבעטן און תשובה טון.


וואויל איז דעם וואס ניצט אויס די טעג פון חודש אלול מיט תשובה און מיט מעשים טובים, מיט א שמחה און א תקוה – אז דער אייבערשטער פרייט זיך מיט וואס מיר טוען און האט אונז ליב; ווייל אזוי ווי אלע מצוות דארף מען טון מיט שמחה, דארף מען אויך טון די מצוה פון תשובה מיט שמחה, מען דארף זיך פרייען אז מיר זענען דעם אייבערשטנ'ס קינדער, און אז מיר קענען זיך צוריק קערן און אלעס פאררעכטן, און חס ושלום האבן עצבות און מרירות, ווייל די ערשטע זאך ווען מען טוט תשובה, מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן – איז זיך צו דערווייטערן פון עצבות און פון מרה שחורה, דער אייבערשטער האט זייער פיינט עצבות ומרה שחורה, דאס איז פון די סטרא אחרא רחמנא לצלן (ליקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מח), און דאס איז די סימן צי מען איז ביי די קדושה אדער ביי די אנדערע זייט; אויב מען איז פרייליך – איז מען ביי די קדושה, און אויב מען איז בעצבות – איז מען ביי די נישט גוטע רחמנא לצלן; וואויל איז דעם וואס רעכט אפ די טעג מיט גרויס שמחה, וועט ער האבן א גוט געבענטשט יאר.

#35 - פארבעסערן די שלום בית אין חודש אלול
שלום בית, תשובה, מנין, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


די וואך שבת בענטשט מען שוין חודש אלול, חודש אלול קען מען פועל'ן גרויסע זאכן; דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן פז), אז חודש אלול איז מסוגל פאר א שידוך, ווייל סוד כוונת אלול איז (ישעיהו מג, טז): "הַנּוֹתֵן בַּיָּם דָּרֶךְ" וכו'.


אויך איז חודש אלול מסוגל צו האבן שלום בית, ווייל דורכדעם וואס מען טוט תשובה – ווערט די ווייב איבערגעדרייט צום גוטן, בבחינת "זכה, עוזרתו"; די גאנצע שלום בית איז געוואנדן אין קדושת היסוד, אויב מען איז פוגם חס ושלום, אפילו מען האט געטראפן א שידוך – איז נישטא קיין שלום בית, בבחינת: "לא זכה, כנגדו"; וואס דער מאן וויל – וויל די פרוי פארקערט פון אים, און מען קריגט זיך טאג און נאכט.


דערפאר, יעצט אין חודש אלול קען מען זוכה זיין צו באקומען אן אמת'ע שלום בית דורכדעם וואס מען טוט תשובה, מען פאררעכט וואס מען האט פוגם געווען, דורך זיך היטן די אויגן, נישט קוקן קיין עבירות, און נישט טון חס ושלום קיין עבירות, און דער עיקר – דורך זיך מאכן א שיעור קבוע צו לערנען יעדן טאג תורה, און מקפיד זיין צו דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה און מעריב מיט מנין דוקא, און דורך פארמערן צו טון גמילת חסד מיט אנדערע, בפרט אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, העלפן די ווייב, זיך נישט זוכן תירוצים ארויסצוגיין פון שטוב – דאן באקומט מען צוריק די שלום בית.


דער הייליגער רבי האט אונז זייער גע'מוסר'ט (שיחות הר"ן, סימן רסד), אז מיר זאלן מכבד זיין די ווייב און רחמנות האבן אויף איר, ווייל זיי גייען אריבער אזויפיל צער אין לעבן מיטן ברענגען קינדער און מיטן ערציען די קינדער; מען מוז מכבד זיין די ווייב, רעדן שיין צו איר, און זיך נישט טענה'ן, און חס ושלום נישט טשעפען, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ, שֶׁמִּתּוֹךְ שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה אוֹנָאָתָהּ קְרוֹבָה", מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען די ווייב, ווייל די נאטור ביי ווייבער איז אז זיי וויינען שנעלער, און דאס איז א גרויסע פגם השם ישמרינו.


א כתיבה וחתימה טובה.

#34 - פועל'ן שידוכים אין חודש אלול
תשובה, חודש אלול, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


די וואך שבת בענטשט מען שוין חודש אלול; איינע פון די זאכן וואס מען קען פועל'ן חודש אלול – איז א שידוך, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן פז), אז אין די כוונות פון חודש אלול ליגט די סוד פון טרעפן א שידוך, און דאס איז מרומז אינעם פסוק (בראשית כד, ח): "וְ'אִם לֹ'א תֹאבֶה הָאִשָּׁה לָ'לֶכֶת אַ'חֲרֶיךָ", וואס איז ראשי תיבות אלול, און אינדערמיט איז דא די ווערטער: 'תֹאבֶה הָאִשָּׁה', ווייל דורכדעם וואס מען טוט תשובה אין חודש אלול, מען פאררעכט אלעס וואס מען האט פוגם געווען – טרעפט מען די שידוך.


על כן ליבער בורדער זאלסטו אויסניצן די טעג פון חודש אלול צו בעטן דעם אייבערשטן צו טרעפן דיין שידוך, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך מוחל זיין אויף אלעס וואס דו האסט פוגם געווען, טענה זיך, זאג: "הייליגער באשעפער איך ווייס אז מיין שידוך איז נאכנישט געשען צוליב מיינע חטאים אין וואס איך פאל כסדר אראפ, איך בין פוגם בברית רחמנא לצלן, און דאס האלט אפ מיין שידוך, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (תיקון יד, דף ל.): "חוֹבָא דָא", די עבירה, "גָרִים דְּנָטִיל אַחֵר בּת זוּגֵיהּ", איז גורם אז א צווייטער כאפט אויס די שידוך, אבער הייליגער באשעפער, אזוי קען איך נישט תשובה טון, איך דארף חתונה האבן צו קענען זיין אפגעהיטן און הייליג, כל זמן איך בין א פלג גוף פאל איך כסדר צוריק אין די נישט גוטע מעשים", אזוי ווי דער הייליגער צדיק רבי וועלוול זבאריזשער זכותו יגן עלינו האט געזאגט פארן אייבערשטן ווען זיין פערד און וואגן האט זיך אמאל איבערגעדרייט אין א קאלטע רעגנדיגע נאכט, דער צדיק האט געזען אז ער איז אליינס, און די פערד איז אים אריינגעפאלן אין א גרוב, האט ער געזאגט: "רבונו של עולם איך ווייס פארוואס דאס האט פאסירט מיט מיר, ווייל דו ווילסט איך זאל תשובה טון, אבער רבונו של עולם, דא קען איך נישט תשובה טון, דא איז קאלט און נאס און טינקל, ברענג מיך אהיים, דארט זאג איך דיר צו אז איך וועל תשובה טון", אזוי זאלסטו זאגן פארן אייבערשטן: "רבונו על עולם, אזוי קען איך נישט ווייטער, איך דארף חתונה האבן, איך דארף א שמירה, איך דארף א חומה, איך זאג דיר צו רבונו של עולם, אז איך וועל טרעפן מיין שידוך, איך וועל חתונה האבן וועל איך תשובה טון, איך וועל קיינמאל נישט מער זינדיגן".


אז דו וועסט זיך מתבודד זיי, דו וועסט טענה'ן צום אייבערשטן, דו וועסט חרטה האבן און זיך פארנעמען צו זיין ערליך, זאגט ווייטער דער זוהר (שם): "וְעִם כָּל דָּא, אִם חָזַר בִּתְיוּבְתָּא 'וְשָׁב וְרָפָא לוֹ', וְיָהִיב לֵיהּ בַּת זוּגֵיהּ", טרעפט מען די שידוך.


א כתיבה וחתימה טובה.

#33 - זיך מאכן א סדר פאר חודש אלול
אומאן, סדר היום, חודש אלול, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית יואל


וואס מאכסטו עפעס? שוין אזוי לאנג האב איך דיך נישט געזען, מען וואוינט אזוי נאנט און עס גייט אריבער א גאנץ יאר וואס מען זעטזיך נישט, מיר זעען זיך איין מאל א יאר, ראש השנה אין אומאן...


די וואך בענטשט מען שוין חודש אלול, מען דארף זיך זייער אכטונג געבן נישט צו זיין פון די וואס מוהרנ"ת זכרונו לברכה האט געזאגט: "עס קומט אלול, מען ברענט און מען ברענט, און מען טוט נישט גארנישט"; אן ישוב הדעת קוקט מען אזוי אויס, מען קאכט זיך: "אלול... אלול..." און ביים סוף טוט מען גארנישט.


על כן מאך זיך א סדר ווי אזוי די טעג פון חודש אלול זאל דיר אריבערגיין, ערשטנס זאלסטו אנהאלטן דיינע שיעורים פון א גאנץ יאר אין מקרא, משנה, גמרא און מדרש, און לכבוד חודש אלול זאלסטו אריבערגיין גאנץ תנ"ך, פון אנהייב ביזן סוף, דער הייליגער רבי האט געזאגט מיר זאלן דאס טון אום חודש אלול (שיחות הר"ן, סימן רנא), אויך זאלסטו זאגן תיקוני זוהר, דער רבי זאגט (שם, סימן רצד), פון דעם וואס אידן בלייבן חודש אלול אין שול נאכן דאווענען זאגן תיקונים, פון די זיסע ניגון וואס מען זאגט תיקונים, און פון דאס וואס מען פארזוימט זיך פון דעם – ווערט אין הימל גאר גרויסע זאכן.


ליבער ברודער, אז דו וועסט נאר דאס מקיים זיין – וועסטו האבן א שיינע חודש אלול, דו וועסט נישט אויסקוקן ווי די אלע פארלוירענע וואס פאטשן מיט די הענט: "אלול... אלול..." – און טוען גארנישט, דו וועסט קומען צום גרויסן יום הדין אנגעגרייט מיט א ריכטיגע תשובה.


נאכאמאל, א שאד מיר זעען זיך נישט א גאנץ יאר, גיי דערצייל פאר אנשי שלומינו פון ארץ ישראל אז עס איז דא אזא דערהער, מען וואוינט איינער נעבן צווייטן, איינער אין שטאט, איינער אין מאנרא – און מען זעט זיך נאר ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן, זיי וועלן דיך נישט גלייבן...

#32 - אלעס פאררעכטן אן תעניתים און סיגופים
התחזקות, תשובה, בזיונות, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, לעיקוואד


דעם שבת בענטשט מען חודש אלול, חודש אלול קען מען פאררעכטן דעם גאנצן יאר.


ווען עס קומט חודש אלול פירן זיך אסאך צו עוסק זיין אין פאסטן און אין מאכן סיגופים, מען טוט אלעס צו פאררעכטן וואס מען האט געטון דעם גאנצן יאר; מיר האבן נישט קיין כח צו תעניתים און סיגופים, מיר זענען צעבראכענע און צעקלאפטע מענטשלעך, דער הייליגער רבי האט געזאגט מיר זאלן נישט פאסטן, (מיר פאסטן נאר די טעג וואס די הייליגע חכמים האבן קובע געווען צו פאסטן); וואס קענען מיר טון צו פאררעכטן וואס מיר דארפן פאררעכטן? דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ו): "עִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", דורך שווייגן און נישט ענטפערן ווען מען ווערט פארשעמט; דאס איז מכפר, דאס טוט פארצייען אסאך שטערקער ווי פאסטן און זיך פייניגן.


על כן זאלסטו זיך פארנעמען יעצט אין די טעג פון חודש אלול, אויב דו באקומסט א בזיון – איינער זאגט דיר עפעס שארף אדער פארשעמט דיך – נישט צו ענטפערן, דאס אנעמען מיט שמחה, גלייבן באמונה שלימה אז פון הימל האט מען דיר דאס געשיקט פאר א תיקון, אנשטאט דו זאלסט דארפן פאסטן; דאס וועט זיין במקום פאסטן, און אזוי וועסטו אלעס מתקן זיין.


זיכער אויב דיין טאטע מאמע זאגן דיר עפעס, דו שפירסט ווי דו ביסט פארשעמט געווארן, אדער דיין ווייב זאגט דיר אריין און דו שפירסט זיך אנגעפאטשט – זאלסטו חס ושלום נישט ענטפערן, זיי עס מקבל בשמחה עצומה, דאס וועט זיין די גרעסטע תיקון, און דו וועסט זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר, א זיס יאר, א ליכטיגע יאר מיט אלע ישועות.


א כתיבה וחתימה טובה.

#31 - מען ווערט פארשעמט פון זיך אליינס
התחזקות, תשובה, בזיונות, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


די וואך בענטשט מען שוין חודש אלול, מיר ברסלב'ע חסידים פאסטן נישט חודש אלול, דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן אנדערע תיקונים, דער רבי האט אונז געגעבן די תיקון פון (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ו): "עִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אפשווייגן ווען איינער פארשעמט; דאס איז די שטערקסטע תיקון, דאס איז מכפר אויף אלעס.


אויך דער מענטש וואס האט נישט קיין בזיונות קען זוכה זיין צו די גרויסע תיקון – דורך אפשווייגן אויף די אייגענע בזיונות; דאס הייסט, ווען מען ווערט פארשעמט פון זיך אליינס, מען זעט זיך ווי א דורכפאל, מען האט שוין אזויפיל מאל אנגעהויבן נייע קבלות טובות, שוין אזויפיל מאל צוגעזאגט אז מען גייט מער נישט טון עבירות - און מען פאלט אראפ; מען זעט זיך זיין אזוי ווייט, מען ווערט פארשעמט פון זיך אליינס, און מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, יעדע מאל זאגט איך צו אז איך גיי מער נישט פוגם זיין, איך גיי מער נישט זינדיגן, און אלץ פאל איך צוריק, און איך ווער נאר ווייטער און ווייטער פון דיר, אבער גלייב מיר אז איך גיי טאקע זיין גוט וכו'"; אזא איינער איך אויך זוכה צו: 'יִשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק'; ווייל די הייליגע חכמים זאגן (ברכות יב:): "כל העושה דבר עבירה ומתבייש בו", דער וואס האט געזינדיגט און ער שעמט זיך פון וואס ער האט געטון - "מוחלין לו על כל עוונתיו", איז דער אייבערשטער אים מוחל אויף אלע עבירות.


על כן ליבער ברודער, הארציגער חבר, ניץ אויס די טעג פון חודש אלול מיט זיך מתבודד זיין צום אייבערשטן, און זיך מתוודה זיין, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך מוחל זיין און ער זאל דיר העלפן ארויס צו קריכן פון אלע פגמים און פון אלע שלעכטע רגילות, בפרט פון פגם הברית רחמנא לצלן. ניץ אויס די טעג פון דעם חודש, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן פז), אז אין דעם חודש קען מען מתקן זיין דעם חטא; אויך א גאנץ יאר קען מען פאררעכטן, אבער דעם חודש קומט אראפ פון הימל פאר יעדן איד א גרויסע כח זיך צו קענען שטארקן אויף די נסיון, און צו קענען אלעס פאררעכטן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#30 - דיינע קינדער זאלן זיין דיינע חברים אין שול
חינוך הילדים, שבת קודש, אומאן, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת איז פאר אונז די לעצטע שבת פון תשפ"ה וואס מיר זיצן מיט די קינדער, מיט די משפחה, קומענדיגע וואך שבת וועלן מיר שוין זיין מיטן אייבערשטנ'ס הילף ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן. זאלסטו פרובירן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, מאך פרייליך דיין ווייב מיט די קינדער, טאנץ מיט די קינדער: "אוי ווי גוט איז צו זיין א איד, אוי ווי גוט איז צו זיין א איד"; מוהרא"ש זאגט, מיט איין שבת וואס מען איז פרייליך - פאררעכט מען אלעס.


מוצאי שבת זאגן מיר סליחות, איך וועל אם ירצה ה' זאגן סליחות אין שטעטל. די ספרדי'שע טייערע אידן זאגן שוין א גאנץ חודש אלול סליחות, מיר אשכנז'ישע אידן גייען אנהייבן זאגן סליחות מוצאי שבת, מיר גייען וויינען צום אייבערשטן ער זאל צערייסן אלע גזירות, די ביטערע גזירות וואס די מקטריגים ווילן גוזר זיין אויף די הייליגע פאלק. מיר גייען שרייען: "זוֹחֲלִים וְרוֹעֲדִים" מיר זענען אזוי דערשראקן און מיר ציטערן, "מִיּוֹם בּוֹאֶךָ" פון ראש השנה וואס קומט, "חָלִים כְּמַבְכִּירָה" מיר ציטערן אזוי שטארק, אזוי ווי א פרוי גייט צום ערשטן געבורט, מיר בעטן דיר, "טִנּוּפָם מְחֵה נָא" מעק אויס אונזערע זינד, זיי אונז מוחל אויף אלעס וואס מיר האבן געטון, "וְיוֹדוּ פִלְאֶךָ" און מיר וועלן דיך נאר לויבן.


איך וויל דיר בעטן נאכאמאל זאלסט שבת זיין נאר פרייליך, גיי אין שול, נעם דיינע קינדער מיט דיר, דיינע קינדער זאלן זיין דיינע חברים אין שול, זיץ מיט זיי, לויף נישט צו חברים, געב זיך מיט זיי אפ. מוהרא"ש האט אונז גוט געלערנט וואס חברים מיינען, מען שמייכלט אין פנים און הינטערן רוקן שטעכט מען מיט א מעסער. זיץ מיט דיינע קינדער, ווייז זיי ווי מען דאווענט, מיט שמחה, מיט געשמאק. נאכן דאווענען גיי אהיים צו דיין ווייב, צו דיין משפחה, בלייב נישט רעדן נארישקייטן, די מלאכים ווארטן אויף דיר, זיי ווילן זען דיין זמירות שבת.


גרייט אן די לעכט, ברען אפ די קנויטן און זיי זיך מתבודד, בעט פאר דיינע קינדער. בעט דעם אייבערשטן פאר הייליגע דורות, זיי זאלן שיינען אין תורה. בלייב אין שטוב ווען דיין ווייב צינדט לעכט, לויף נישט ארויס, גיי אין מקוה פרי, ביים לעכט צינדן זאלסטו זיצן מיט א סידור זאגן שיר השירים. בוי דיין שטוב געזונט, מיט יראת שמים. מאך נישט נאך די פליטעס וואס דערמאנען זיך ביים זמן אז מען דארף גיין אין מקוה און זיך אפבאדן לכבוד שבת, בוי דיין שטוב ריכטיג.


מיר זאגן סליחות ביינאכט ביי חצות מיט די בגדי שבת.


א פרייליכן שבת, א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#29 - הייליגער באשעפער, איך וויל געדענקען פון דיר
מוסדות, חודש אלול, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר פירן זיך צו זאגן דעם קאפיטל לדוד ה' אורי וישעי (תהילים, כז) - ביי תפילת שחרית נאכן יום, און ביי תפילת מנחה נאך הויכע שמונה עשרה, פאר קדיש תתקבל.


זאג די קאפיטל מיט כוונה, און ביי די ווערטער: "אִם תַּחֲנֶה עָלַי מַחֲנֶה" אויב וועלן קומען אויף מיר א באנדע רשעים, "לֹא יִירָא לִבִּי" האט מיין הארץ נישט מורא, "אִם תָּקוּם עָלַי מִלְחָמָה" אויב וועלן זיי מאכן א מלחמה מיט מיר, "בְּזֹאת אֲנִי בוֹטֵחַ" פארלאז איך מיך אויפן אייבערשטן; די ווערטער זאלסטו זאגן מיט גרויס כוונה. ווייל דער זוהר זאגט (תיקוני זוהר, תיקון כא), "זאת" דאס מיינט מען די שכינה; אז מען האט א שטארקע אמונה, מען איז צוגעקלעבט צו די שכינה - האט מען נישט פון קיינעם מורא. דער זוהר זאגט (שם), דוד המלך, מיט אמונה אינעם אייבערשטן - האט ער מנצח געווען אלע זיינע פיינט דאס זאגט דוד "אִם תַּחֲנֶה עָלַי מַחֲנֶה" וגומר, "בְּזֹאת אֲנִי בוֹטֵחַ"; און דאס זאלסטו שטענדיג בעטן, און נאר אויף דעם: "הייליגער באשעפער איך וויל געדענקען פון דיר, איך וויל נישט פארגעסן קיין איין רגע אז דו ביסט מיט מיר און אלעס ביסטו".


מיר הייבן היינט אן לערנען א פרישע מסכתא, מסכת הוריות; איך בעט זיך ביי דיר זאלסט יעדן טאג לערנען די הייליגע גמרא, א בלאט גמרא, דער בלאט וועט דיר באשיצן פון אלע דיינע פיינט און פונעם גרעסטן פיינט, דער סמ"ך מ"ם וחיילותיו - וואס ווילן אויסרייסן דעם מענטש, אים אוועק נעמען פונעם אייבערשטן; נאר דורך תורה קען מען בלייבן א איד.


ברוך ה' אונזערע אינגלעך האבן א חדר וואו מען פרעדיגט אמונה, די קינדער וואקסן געזונט, און ברוך ה' די מיידלעך ווערן נתחנך מיט א ליבשאפט צו איידלקייט. אויך די בחורים האבן מגידי שיעורים וואס האבן זיי ליב, זיי האבן ליב צו לערנען מיט זיי פון רבי'ן; נאר איין זאך וואס מיר דארפן, א נס מען זאל האבן שפע זיי צו קענען באצאלן, מיינע אויגן קוקן צום אייבערשטן, נאר ער איז מיין האפענונג, איך פארלאז זיך נישט אויף קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עניינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#28 - זיך קובע צו לערנען איידער'ן גיין ארבעטן
שיעורים כסדרן, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, א' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


שטארק זיך מיט לערנען שיעורים כסדרן במקרא, משנה, גמרא, מדרש והלכה וכו'; דורך לערנען די הייליגע תורה – ווייסט מען וואס מען האט צו טון בזה העולם. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא), מען דארף האבן א גרויסע זכי', "לֵידַע", צו וויסן, "מַה שֶּׁצְּרִיכִים לַעֲשׂוֹת", וואס מען האט צו טון אויף די וועלט, "אַךְ יִשְׂרָאֵל, אֵין צְרִיכִים לָזֶה, כִּי כְּבָר הֵם יוֹדְעִים מַה לַּעֲשׂוֹת עַל יְדֵי הַתּוֹרָה", דורך לערנען תורה ווייסט מען וואס מען האט צו טון אויף די וועלט.


חודש אלול פירט מען זיך צו עוסק זיין אין זאגן תיקונים, דאס איז מטהר די נפש, אויך זאגט מען דעם רבינ'ס ספרים. שטיי אויף פרי, זיי זיך קובע צו לערנען איידער דו גייסט ארבעטן, זאג ח"י פרקים משניות און אסאך בלעטער גמרא, דאס וועט דיר געבן ישועות אין אלע בחינות.


א כתיבה וחתימה טובה, א זיסע יאר.

#27 - טראכטן גוט, זיין פרייליך, וויינען און ווייניג רעדן
ראש השנה, מנהגים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, א' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


מיר קומען שוין נענטער צו ראש השנה, מיר גרייטן זיך זייער צום רבינ'ס ראש השנה, דער רבי זאגט אלע זאלן קומען צו אומאן זיין ביי אים, איך האף דיך צו זען ראש השנה.


אנשי שלומינו פירן זיך די ערשטע טאג ראש השנה נישט צו רעדן, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כא): "בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן", די ערשטע טאג ראש השנה, "צְרִיכִין לְמַעֵט בְּדִבּוּר מְאֹד מְאֹד", דארף מען רעדן ווייניג, און דער עיקר דארף מען זיך שטארקן צו טראכטן נאר גוטע מחשבות, אז עס קומט א גוטע יאר, אויך דארף מען זיין פרייליך ראש השנה, און אויך וויינען; פיר זאכן זאגט דער רבי: טראכטן גוט, זיין פרייליך, וויינען און ווייניג רעדן; דאס איז אויף וואס מען דארף זיך פארלייגן.


יישר כח פארן אנרייצן מיין זון צו לערנען יעדן טאג אן עמוד גמרא. זייט דו האסט אים געגעבן די גוטע זאך פאר די תנאי – קומט ער ארויס פון בעט, ער זאגט: "איך דארף טון וואס איך האב צוגעזאגט"; יישר כח.


שטארק זיך מיט לערנען שיעורים כסדרן במקרא, משנה, גמרא, מדרש והלכה וכו'; דורך לערנען די הייליגע תורה – ווייסט מען וואס מען האט צו טון בזה העולם. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא), מען דארף האבן א גרויסע זכי', "לֵידַע", צו וויסן, "מַה שֶּׁצְּרִיכִים לַעֲשׂוֹת", וואס מען האט צו טון אויף די וועלט, "אַךְ יִשְׂרָאֵל, אֵין צְרִיכִים לָזֶה, כִּי כְּבָר הֵם יוֹדְעִים מַה לַּעֲשׂוֹת עַל יְדֵי הַתּוֹרָה", דורך לערנען תורה ווייסט מען וואס מען האט צו טון אויף די וועלט.


חודש אלול פירט מען זיך צו עוסק זיין אין זאגן תיקונים, דאס איז מטהר די נפש, אויך זאגט מען דעם רבינ'ס ספרים. שטיי אויף פרי, זיי זיך קובע צו לערנען איידער דו גייסט ארבעטן, זאג ח"י פרקים משניות און אסאך בלעטער גמרא, דאס וועט דיר געבן ישועות אין אלע בחינות.


א כתיבה וחתימה טובה, א זיסע יאר.

#26 - ליב האבן יעדן איינציגסטן קינד
חודש אלול, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, ער"ח מוקדם, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...


עס קומט חודש אלול, מען דארף מאכן א חשבון הנפש, איך וויל זיך דורכרעדן מיט דיר; דו ביסט דאך א מחנך ביי אונז אין מוסד, וויל איך וויסן ווי אזוי דו קוקסט אויף די טייערע קינדער; איך וויל דו זאלסט ליב האבן יעדן איינציגסטן קינד, ווייל אויב דו קוקסט מיט ביטול אויף זיי - איז א שאד די צייט, א שאד די ארבעט, עס וועט נישט זיין קיין הצלחה, און דערפאר האט דער רבי נישט געוואלט מען זאל זיין א מלמד.


דער רבי האט אמאל געפרעגט איינער פון די תלמידים וואס איז געווען א מלמד: "וויפיל פארדינסטו א וואך שכר לימוד? צעטייל דיין געלט אויפן טאג און אויפן שעה, וויפיל קומט דיר אויס צו מאכן א מינוט? ממש קליין געלט, קומט אויס אז דו קענסט פארלירן יענע וועלט פאר בלויז אפאר דאללער; ווייל אז מען האט נישט ליב די קינדער, מען קוקט אויף זיי מיט ביטול - קען מען נישט מצליח זיין, און אז מען קומט מיט חשבונות; מען האט א חשבון מיט די טאטע, מיט די מאמע און מען רעדט נישט צום קינד מיט הארץ - קען דאס קינד נישט מצליח זיין, קומט אויס אז מען האט בא'גנב'עט דעם קינד, בא'גנב'עט די עלטערן (שיחות הר"ן, סימן רמ), אזוי איז דא כמה וכמה שיחות וואס דער רבי האט געזאגט פאר אנשי שלומינו, מען זאל נישט זיין קיין מלמד (חיי מוהר"ן, סימן תסה; תקצא).


מיין ליבער טייערער ברודער, מיין הארציגער חבר, אז דו ביסט א מחנך ביי אונזער מוסד פארלאנג איך פון דיר דו זאלסט ליב האבן דיינע תלמידים, און נאר אזוי וועסטו מצליח זיין. עס איז נישט קיין בושה אפצולאזן וכו', א בושה איז אז א מלמד זאגט אויף זיינע תלמידים 'די קינדער זענען פויערן', 'די קינדער זענען משוגעים', 'די קינדער זענען פרעסער', 'די קינדער האלטן ביי גארנישט'; אז דער מחנך אדער מלמד קוקט אזוי אויף די תלמידים - ווי קען מען בכלל ערווארטן זיי זאלן מצליח זיין? (מיט מיינע אויערן פלעג איך הערן ווי מלמדים רעדן אזוי אויף זייערע תלמידים, השם ישמרינו).


מוהרא"ש ברענגט: "דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געווען א מלמד, ער פלעגט גלעטן די קינדער, זיי קישן און ליב האבן"; וואס מיינסטו, וועם האט ער געגלעט? די קינדער וואס זענען געקומען אין צייט, און געשטאנען נעבן אים, און זיך נישט גערירט פון פלאץ, און אלעס געפאלגט? ער האט געקישט די קינדער וואס האבן נישט געלערנט, די קינדער וואס האבן נישט געהערט וואס מען רעדט צו זיי, אזוי האט ער זיי אלע געברענגט צום אייבערשטן, והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#25 - בעט איבער דיין ווייב היינט ערב שבת
שמחה, שלום בית, שבת קודש, תשובה, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ראה, מברכים אלול, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם שבת בענטשט מען ראש חודש אלול. עס כאפט א פחד און א ציטער, מען גייט אונז אלע משפט'ן אויף דעם קומענדיגן יאר, 'מי יחיה' ווער וועט לעבן, און אזוי ווייטער; וואס ווייסט א מענטש וואס גייט זיין מיט אים מארגן? מוהרא"ש ברענגט די ווערטער פון די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (תנחומא שמיני, ב): "אֵין הַשִּׂמְחָה מַמְתֶּנֶת לָאָדָם, לֹא כָּל מִי שֶׁשָּׂמֵחַ הַיּוֹם שָׂמֵחַ לְמָחָר", מוהרא"ש בעט זיך ביי אונז, זיי פרייליך, שטופ עס נישט אפ אויף מארגן, וואס ווייסטו וואס מארגן וועט זיין? זיי פרייליך היינט, און אז עס איז דיר שווער, עס גייט אריבער אויף דיר שוועריקייטן - דארף מען נאכאלץ זיין פרייליך, וועסטו פרעגן פרייליך מיט וואס? פרייליך מיט וואס גייט זיין, גלייב אז עס וועט זיין גוט, און מיט דעם זאלסטו אויסבארגן שמחה. אזוי ווי די מעשה גייט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד רבי אהרן קיבליטשער זכרונו לברכה; ער איז געווען זייער א פרייליכער איד'ל, שטענדיג איז ער ארום געגאנגען מיט א שמייכל, אפילו ער איז געווען אן עני ואביון. ווען זיין ווייב פלעגט אים פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, האסט דאך גארנישט?" האט ער איר געענטפערט: "דו גלייבסט דאך אז עס וועט נאך זיין גוט, נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט"; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון איינער וואס גייט שטענדיג ארום מיט א שמייכל און ער דערהאלט זיך.


בעט איבער דיין ווייב היינט ערב שבת, טרייב ארויס דעם סמ"ך מ"ם פון שטוב. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (תיקון כא, דף נז.): "אִם הוּא עָצִיב בְּחוֹלָא" אויב איז מען א גאנצע וואך טרויעריג, "דִּיְהֵא חָדֵי בְּשַׁבַּתָּא" דארף מען שבת זיין פרייליך, "וְאִם אִית לֵיהּ קְטָטָה בְחוֹלָא" און אויב מען האט זיך געקריגט דורכאויס די וואך, "עִם בַּר נַשׁ" מיט א צווייטן, "אוֹ עִם אִתְּתֵיהּ" אדער מיט די ווייב, "דִּיְהֵא לֵיהּ שְׁלָמָא עִמָּהּ בְּשַׁבַּתָּא" דארף מען זיך שבת איבערבעטן און לעבן בשלום, "וּבְדָא לֵית רְשׁוּ לְקָרְבָא לְסַם הַמָּוֶת חֲלָלָה, וּלְבַעֲלָהּ דְּאִיהוּ אֵל אַחֵר חִלּוּל שַׁבָּת" ווייל אז מען איז שבת בשלום און מען איז פרייליך שבת, קענען די קליפות נישט האבן קיין שליטה אויפן מענטש, "וּבְגִין דָּא אָמְרוּ קַדְמָאֵי, 'אִם יִשְׂרָאֵל הֲווֹ מְקַיְּימִין שַׁבָּת אַחַת כְּהִלְכָתָהּ, מִיָּד הֲווֹ נִגְאָלִין'" דעריבער זאגן די הייליגע חכמים, אויב אידן היטן אפ שבת אזוי ווי עס דארף צו זיין, מען איז פרייליך און מען קריגט זיך נישט - ווערט מען אויסגעלייזט.


א גוט שבת.



 

#24 - זען אויף יענע וועלט די ווארהייט פונעם דרך הלימוד
אומאן, הדרכות, חודש אלול, דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין צוויי און צוואנציג טעג פארן מיר קיין אומאן; עס איז א קטנות הדעת צו שלעפן ווייניג וועש, ברענג מיט די שענסטע קליידער פאר ראש השנה, ברענג דיין שבת שיך, דיין שטריימל, דיינע שיינע קליידער מיט וואס דו גייסט צו א שמחה, מען קומט צום רבי'ן שיין אנגעטון, מען קומט צום רבי'ן מיט גדלות המוחין; וואס האסטו מורא צו שלעפן א רענצל? וואס איז אזוי שווער צו מיט נעמען א שטריימל באקס? ווי אזוי וועסטו זיין ראש השנה אין אומאן, מיט א קוטשמע? מיט א דאשיק?


איך וויל נישט טענה'ן מיט דיר וועגן דעם דרך הלימוד, קוק דו אליין אריין אין רבינ'ס ווערטער, וועסטו זען ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "טוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ. רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל־פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


דער רבי זאגט דארט ווייטער: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליין פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל, בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ וּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך, מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיין שם.


איך טענה נישט מיט קיינעם, מוהרא"ש האט מיר געלאזט א צוואה איך זאל נישט טענה'ן אין דעם זאך, מוהרא"ש זאגט (צוואת מוהרא"ש, אות יג): "וּכְשֶׁתַּגִיעוּ לְעוֹלָם הָאֱמֶת, אָז תִּיוָכְחוּ צִדְקַת סֵדֶר דֶּרֶךְ הַלִימוּד שֶׁל רַבֵּינוּ זַ"ל", ווען איר וועט ארויף קומען אויף יענע וועלט וועט איר זיך איבערצייגן די ווארהייט פונעם הייליגן רבינ'ס 'סדר דרך הלימוד', "וְעַל כֵּן מַה וְלָמָּה לָכֶם לְהִתְוַכֵּחַ", אויב אזוי פארוואס זאלט איר זיך טענה'ן מיט מענטשן?! "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם, הַרְגִילוּ עַצְמְכֶם לָזֶה וְאָז תִּרְאוּ וְתִּרְגְשׁוּ כָּל מִינֵי טַעֲמִים בְּחַיֵּיכֶם", געוואוינט אייך צו צו לערנען לויט דעם סדר דרך הלימוד, דעמאלט וועט איר זען און שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, "כִּי הַתּוֹרָה הִיא חִיוּתֵנוּ בָּעוֹלָם הַזֶה וּבָעוֹלָם הַבָּא, חִיוּת גַּשְׁמִי וְחִיוּת רוּחְנִי", ווייל די תורה איז אונזער לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, די תורה געבט אונז לעבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁאֵינוֹ מַטְעֶה עַצְמוֹ בָּזֶה הָעוֹלָם כְּלָל, וְיוֹדֵעַ אַשֶׁר עִיקָר הַלִימוּד הוּא רַק לַעֲשׂוֹת רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ וְלוֹמֵד עַל מְנָת לְקַיֵים מִצְווֹתָיו יִתְבָּרַךְ וְלַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לוֹ יִתְבָּרַךְ", וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ווייסט אז דער עיקר לימוד התורה איז צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#23 - לאז אפ די ליצנות
תשובה, אומאן, חודש אלול, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן לט) אום ראש חודש אלול: "היינט האב איך זיך זייער דערשראקן ווען איך האב געהערט בלאזן שופר; שפעטער איז צוגעקומען צו מיר מיין טאכטער אדל און מיר געזאגט: 'טאטע, היינט האב איך זיך זייער דערשראקן, איך האב תשובה געטון ווען איך האב געהערט בלאזן שופר'", האט דער רבי דעמאלט מגלה געווען דעם תורה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קמא) אויף די ווערטער פונעם פסוק (דברים ל, ו): "אֶ'ת לְ'בָבְךָ וְ'אֶת לְ'בַב", וואס איז נוטריקון די ווארט 'אלול'; ווען א מענטש איז זוכה און ער שפירט זיינע זינד, ער כאפט וואס ער האט אלץ געטון און ער טוט תשובה דערויף, דעמאלט טוען זיינע קינדער - סיי די קינדער, און סיי די קינדער וואס זענען נעבעך באשאפן געווארן פון זינד - פגמי הברית; אלע טוען תשובה.


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין דריי און צוואנציג טעג פארן מיר קיין אומאן; בעט דעם אייבערשטן זאלסט האבן אין דיר תמימות, זוך אויף צווישן אנשי שלומינו גוטע חברים וואס האבן תמימות, וואס האבן נישט אין זיך קיין ליצנות, ווייל אין דעם איז אלעס אנגעהאנגען. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קלד): "הַלֵּיצָנוּת אֵינוֹ מַנִּיחַ אֶת הָאָדָם לֵילֵךְ לְצַּדִּיקִים", ליצנות האלט צוריק דעם מענטש פון גיין צום צדיק, מען קען זיין ביים צדיק און מען קען נישט מקבל זיין די קדושה וטהרה, ווייל מען האט אין זיך ליצנות השם ישמרינו.


איך בעט דיך זייער, אדער לאז אפ די ליצנות אדער קום נישט אין אונזערע ד' אמות. מוהרנ"ת האט אמאל געזאגט פאר איינעם וואס פלעגט קומען שטענדיג נעמען חיזוק, יענער האט זיך אויך געדרייט ביי א צווייטער מפורסם וואס איז געווען פול מיט ליצנות, האט אים רבי נתן אזוי געזאגט: "איך קען דיר נישט זאגן זאלסט נישט גיין צו יענעם מפורסם, אבער דאס קען איך דיר יא זאגן, אז דו גייסט צו יענעם - קום נישט צי מיר, ווייל איך קען נישט ליידן קיין ליצנות"; איך וויל דיין גוטס, איך וויל דו זאלסט האבן נחת; וועסט זען, אז דו וועסט ליב האבן ערליכע אידן, דו וועסט ארויפקוקן ערליכע אידן - וועלן דיינע קינדער זיין ערליכע אידן, אז דיין שבת טיש איז ליצנות - וואס קען מען ערווארטן פון די קינדער...?


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#22 - אפלאזן די פיינטשאפט אין הארץ
מחלוקת, אומאן, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


די פיש אין וואסער ציטערן שוין פון אלול, איז דאך זיכער אז מיר דארפן זיך געבן א וועק אויף, מיר דארפן זיך מקבל זיין גוטע קבלות.


איך וויל דיר זייער בעטן דו זאלסט אפלאזן די פיינטשאפט אין הארץ צו אנדערע. איך קען נישט פארגעסן די מראה נוראה וואס איך האב געזען אין אומאן ראש השנה מיט יארן צוריק ביי מוהרא"ש; איך האב זוכה געווען צו זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה צוזאמען מיט מוהרא"ש צען יאר, פון שנת תשס"ו - וואס איז געווען מיין ערשטע ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן. איך האב נישט זוכה געווען צו הערן קיין לאנגע תקיעת שופר דרשה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, די לעצטע צען יאר האט מוהרא"ש נישט געגעבן קיין דרשה פאר שופר בלאזן, חוץ צוויי מאל האט מוהרא"ש גערעדט פאר בלויז צוויי מינוט, אבער מיט אזא געוויין... ווען איך דערמאן זיך נאר פון דעם וויין איך.


מוהרא"ש האט געוויינט און געזאגט: "איך האב נישט קיין כח צו רעדן, אבער איין זאך וויל איך אייך בעטן, ווער עס האט א שנאה אויף א צווייטן איד דא אין בית המדרש בעט איך אים ער זאל ארויסגיין פון בית המדרש" - מוהרא"ש האט געוויינט, קוים וואס ער האט געקענט רעדן, ער האט געבעטן פון זיין ריינע הארץ: "איך וויל האבן ריינע ד' אמות אן קיין מחלוקת, אן קיין שנאה איינער אויפן צווייטן", יעדער וואס האט זיך געפונען אין שול האט תשובה געטון און זיך איבערגעבעטן איינער מיטן צווייטן. מען האט געזען וואס מוהרא"ש וויל באמת, ווי עס גייט אים אין לעבן מען זאל זיך נישט קריגן, אזוי ווי ער שרייבט אין די לעצטע בריוו וואס ער האט געשריבן אין שפיטאל אפאר שעה פארן הסתלקות, פאר די אינגעלייט: "אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט".


אונזער הצלחה איז אנגעהאנגען אין שלום, זיך איינבייגן דעם קאפ פארן אייבערשטן, דן זיין לכף זכות יעדן איינעם; זיכער יעצט ווען מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין פיר און צוואנציג טעג פארן מיר קיין אומאן; מוהרא"ש זאגט, אלע עבודות וואס מען דינט דעם אייבערשטן, אויב האט מען פיינט א צווייטן איד - לאכט מען אין הימל פון דעם איד, יעצט אלול מוז מען דאס פאררעכטן. מוהרא"ש ברענגט בשם דעם הייליגן אריז"ל, די ראשי תיבות פון שופ"ר איז (דברים כט, יז): "שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה", פרעגט מוהרא"ש, לכאורה וואס האט דער פסוק מיט בלאזן שופר? נאר רש"י זאגט, וואס איז דאס שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה? "שׁוֹרֶשׁ מְגַדֵּל עֵשֶׂב מַר כְּגִידִין שֶׁהֵם מָרִים, כְּלוֹמֶר מַפְרֶה וּמַרְבֶּה רֶשַׁע בְּקִרְבְּכֶם"; דאס הייסט, ווען מען הערט דעם שופר - דארף דאס אויפוועקן דעם מענטש ער זאל תשובה טון, ארויסנעמען פון זיך דאס רשעות וואס ליגט אין אים וכו', ער זאל אנהייבן קוקן גוט אויף אנדערע און טון נאר חסד מיט אנדערע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


א גוטן חודש.

#21 - אין די זיסע טעג פון אלול קען מען באקומען שלום בית
שלום בית, אומאן, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט גייען מיר אריין אין די זיסע טעג פון אלול, היינט קען מען זוכה זיין צו שלום בית, מען קען אלעס פאררעכטן, די זיסע אלול טעג איז דאך אזוי גוט, מען קען אין די טעג זוכה זיין צו שידוכים און צו שלום בית. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פז): "דַּע, שֶׁכַּוָּנַת אֱלוּל הֵם תִּקּוּן לִפְגַם הַבְּרִית", חודש אלול איז מסוגל צו פאררעכטן פגם הברית, "וְלִפְעָמִים, מֵחֲמַת זֶה הַפְּגָם יוּכַל לְאַבֵּד אֶת זִוּוּגוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁנָּטָה מִזִּוּוּגוֹ קָשֶׁה לוֹ לִמְצֹא אֶת זִוּוּגוֹ", ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית פארלירט ער זיין שידוך, "וַאֲפִילּוּ אִם יִמְצָא אֶת זִוּוּגוֹ, תִּהְיֶה לוֹ מְנַגֶּדֶת וְלא תִּהְיֶה נוֹטָה אַחַר רְצוֹנוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין זיין שידוך, ער האט שוין חתונה געהאט, וועט זיך זיין ווייב קריגן מיט אים וכו'; זאגט דער רבי: "וְחֹדֶשׁ אֱלוּל שֶׁאָז יְכוֹלִין לְתַקֵּן זֶה", חודש אלול קען מען פאררעכטן וואס מען האט פוגם געווען בפגם הברית, "אֲזַי מוֹצֵא זִוּוּגוֹ, וְהִיא אֵינָהּ כְּנֶגְדּוֹ, רַק כִּרְצוֹנוֹ", ממילא איז מען דעמאלט זוכה צו טרעפן דעם שידוך; זאגט דער רבי אז דאס איז מרומז אין די ווערטער וואס אברהם אבינו האט געזאגט פאר אליעזר ווען ער האט אים באפוילן צו גיין זוכן א שידוך פאר יצחק אבינו, ער האט אים געזאגט (בראשית כד, ח): "וְ'אִם לֹ'א "תֹאבֶה הָאִשָּׁה" לָ'לֶכֶת אַ'חֲרֶיךָ", די ראשי תיבות פונעם פסוק איז 'אלול' און אינמיטן שטייט די ווערטער: "תֹאבֶה הָאִשָּׁה", דאס קומט אונז ווייזן אז אלול איז מסוגל צו טרעפן א שידוך; ווייל אז מען טוט תשובה, מען געבט זיך אונטער צום אייבערשטן און מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון די רצון השם, איז מען זוכה צו טרעפן א שידוך און מען איז זוכה צו האבן שלום בית.


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין פינף און צוואנציג טעג פארן מיר קיין אומאן; אין אומאן זאלסטו זיך נישט דרייען אין די גאסן און נישט גיין אין מארק, מען דארף רחמי שמים מען זאל נישט פאלן דארט. ווייל די אוקריינער און די רוסן זענען שרעקליך געמיין, און דער צדיק רבי פנחס קוריצער זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז די רוסן זענען די ערגסטע פון אלע פעלקער אין די תאוה השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


א גוטן חודש.

#20 - זוכה זיין ארויסצוגיין פון די מאוויס
מאוויס, אידישע שטוב, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך ווייס אז קוקן מאוויס איז א שרעקליכע זאך פון וואס מען קען זיך נישט אפשיידן, מען ווערט צו דעם צוגעקלעבט השם ישמרינו, און וויפיל מען פרובירט זיך אפצוטיילן דערפון – גייט עס נישט.


דאך זאלט איר זיך נישט מייאש זיין, בעטס דעם אייבערשטן טאג טעגליך, בפרט יעצט חודש אלול, א חודש פון רחמים, א חודש פון נאנטקייט צום אייבערשטן – קען מען אלעס אויסבעטן, אפילו אזעלכע שווערע זאכן.


איך האב אייך שוין געשריבן כמה וכמה תפילות, הלוואי זאלט איר נעמען די אלע בריוו מיט די אלע שיינע תפילות און דאס נאכאמאל ליינען און בעטן די אלע תפילות, ביז איר וועט זוכה זיין ארויסצוגיין פון די מאוויס, איר וועט נאר זען אלקות, געטליכקייט.

#19 - ערב ראש חודש אלול
תהלים, אומאן, חודש אלול, יום כיפור קטן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, ער"ח מוקדם, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט וועלן מיר אינאיינעם זאגן יום כיפור קטן. אפילו ביי די חסידים וואס זאגן נישט א גאנץ יאר יום כיפור קטן, זאגן אבער יא ערב ראש חודש אלול, אלע טוען תשובה, עס הויבט אן ציטערן דאס הארץ, מען קומט שוין נענטער צום יום הדין.


באניי זיך אין זאגן תהלים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זיך צוריקקערן צום אייבערשטן זאל זאגן תהלים, ווייל תהלים איז מסוגל צו תשובה; "זֶה שֶׁאָנוּ רוֹאִין, שֶׁבִּימֵי תְּשׁוּבָה דְּהַיְנוּ בֶּאֱלוּל וַעֲשֶׂרֶת יְמֵי תְשׁוּבָה, כָּל יִשְׂרָאֵל עוֹסְקִין אָז בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה כַּנַּ"ל", אזוי ווי מען זעט אין די טעג פון אלול און עשרת ימי תשובה זענען אלע עוסק אין זאגן תהילים, ווייל דאס איז מסוגל צו תשובה, "וְעַל כֵּן, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד לַעֲסֹק תָּמִיד בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי תְּהִלִּים הוּא הִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחַז בּוֹ", דערפאר איז א גרויסע זאך שטענדיג עוסק זיין אין זאגן תהלים.


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, צו זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין ניין און צוואנציג טעג פארן מיר קיין אומאן; ביי אנשי שלומינו איז דער מנהג צו גיין אנגעטון ראש השנה מיט ווייסע קליידער; א ווייסע בעקיטשע אדער קיטל, אויך א ווייסע קאפל, גרייט זיך אן די ווייסע קליידער פאר ראש השנה. אויך זאלסטו מיט ברענגען דיינע קינדער, איך ברענג אלע מיינע זין פון די זעקס יאר, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי יודל פון דאשוב - וואס איז אליין געווען א גרויסער צדיק - ווען ער האט נישט געלאזט זיין זון קומען צום רבי'ן, ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט די ווערטער: "איך בין א וואונדער, א טאטע קומט צו מיר, גלייבט ער דאך אין מיר, וואלט ער ווען געדארפט מיט נעמען די קינדער צו מיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.