בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיט איין קאפיטל תהילים וועט איר זיין ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן
תודה והודאה, תהלים

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת שמות, כ"ב טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט אייך, מיט אייער מאן און קינדער; וועט איר עפענען די הימל פאר נאך ישועות.


אויך זאלט איר יעדן טאג זאגן כאטשיג איין קאפיטל תהילים, וועט איר זיין ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן.