בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איין קליינע ספר האט איבערגעדרייט די וועלט
הפצה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר-בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנטריאל קאנאדא


איך בין פון פריש זייער נתעורר געווארן פאר הפצה, איך בין געווען נעכטן נאכט אין יבנאל ביי הרב ר' יצחק שליט"א, מיר האבן געהאט א שיינע שמועס אין די פארטאגס שעה'ן. פיר אזייגער פארטאגס, אינמיטן שמועסן, פרעגט ער מיר אויב איך האב שוין געזען די קליינע קונטרס "השתפכות הנפש" וואס האט מקרב געווען מוהרא"ש און אונז אלע געגעבן די זיסע לעבן. ער האט ארויסגענומען פון א זעקל א קליינע ספר'ל מיט פיצעלע צעהאקטע רש"י אותיות.


איך בין פון דעם זייער נתעורר געווארן צו זען מיט די אויגן ווי איין קליינע ספר האט געמאכט די גרויסע מהפיכה, איבערגעדרייט די וועלט צום גוטן, און דרייט נאך ווייטער איבער די וועלט צום גוטן. דאס לערנט אונז אז מיר דארפן עוסק זיין אין הפצה, אנפילן אלע שטיבער, אלע הייזער מיט די ספרים פון רבי'ן.


שטארק זיך מיט הפצה, קוק נישט אויף קיינעם, ווער נישט שוואך פון לצים, ווער נישט מיד, גיי וואס מער הפצה.


פארוואס נאר אונז? פארוואס נאר איך ווייס אז איך קען לערנען? פארוואס נאר איך ווייס פון די באהאלטענע סוד אז איך קען זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן און שפירן א זיסע טעם אין שטוב מיט די ווייב און קינדער?