בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת צו, י"א ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי', יבנאל
איר האב ערהאלטן אייער בריוו.
איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון פארשפרייטן די שיעורים פון שכל און עצות וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, איר אליין קענט זען די באמערקונגען וואס מענטשן שרייבן אויף די חיזוק יומי מתורגם וואס איר שיקט ארויס טעגליך פאר טויזנטער מענטשן, ווי דאס שטארקט זיי און געבט זיי א וועג צו לעבן מיט דער אייבערשטער און מיט די תורה, דאס איז די גרעסטע הפצה, ווייל מיט די היינטיגע פארגעשריטענע וועגן קען מען מיט איין קנעפל מחזק זיין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער מענטשן אויף איין מאל, זיי אריינבלאזן א גייסט, א ווילן - צו זיין גוט.
וואס איז דא גרעסערס פון הפצה? וואס האט מוהרא"ש געטון אלע יארן? נאר עוסק געווען אין הפצה, און דאס דארפן מיר נאכטון, עוסק זיין אויף אלע וועגן און אויף די פארגעשריטענע וועגן פון היינט - פארשפרייטן די עצות פון הייליגן רבי'ן. ווייל אין הימל בארימט מען זיך זייער מיט דעם וואס איז עוסק אין הפצה, אזוי ווי מוהרא"ש דערציילט. ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן, איז רש"י הקדוש אים אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכעלע זלאטשובער אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדראביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אין דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאכנישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ער איז אזוי חשוב".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.