בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איינגעשטעלטע ביי אונזערע מוסד קענען נישט האבן א סמארטפאון וכדומה
מוסדות, סמארטפאון, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך וויל בעטן איר זאלט זיין אמת'דיג מיט די מוסד, מיר נעמען זיך אויס אז אלע איינגעשטעלטע ביי אונז אין מוסד זאלן נישט האבן קיין סמארטפאון, טעבלעט וכדומה, מיר האבן גענוג און נאך וואס ווארטן און ווילן האבן ארבעט אין בית פיגא, אבער אז איר האט א סמארטפאון בעטן מיר זייער איר זאלט דאס מודיע זיין אין אפיס און מיר וועלן נעמען א צווייטע ארבעטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.