בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איינער דארף נעמען אחריות אז דער גליון זאל זיין גוט איבערגעטייטשט
הפצה, הדפסה, גליון

בעזרת ה' יתברך


        יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דעם נייעם גליון פון חינוך וואס איינער האט איבערגעטייטשט אויף ענגליש; מען קען דאס נישט ארויסגעבן נאר אויב עס איז דא איינער פון אנשי שלומינו וואס גייט דאס איבער און נעמט אחריות אויף דעם אז עס איז גוט איבערגעטייטשט.


פארבינד זיך מיט קרן הדפסה, זיי וועלן אייך געבן נעמען ווער עס קען דאס איבערקוקן און זיכער מאכן עס זאל זיין ריכטיג איבערגעטייטשט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.