בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליכטיגער זון ... נרו יאיר.
יעדעס מאל איך באקום א בילד ווי דו לערנסט - ווער איך זייער פרייליך; דיין ווייב תחי' שיקט כסדר בילדער ווי דו לערנסט אין שטוב, דאס מאכט מיר זייער פרייליך, אויך ווייז איך עס פאר מאמי תחי'. דאס איז אונזער גאנצער באגער, אז אונזערע קינדער זאלן לערנען די הייליגע תורה און זיך פירן מיט יראת שמים.
געוואוין זיך צו צו גיין התבודדות יעדן פארטאגס; ווען דו שטייסט אויף אינדערפרי זאלסטו דאס טון, דעמאלט איז דער קאפ, דער מח - נאך לויטער, איז דאן א גוטע צייט זיך צו מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין אים צו דינען.
מאך זיך א סדר אנצוקומען צו ענדיגן "כל התורה כולה"; הייב אן א שיעור אין זוהר הקדוש, לערן צוביסליך אויף א סדר, ביז דו וועסט דאס מסיים זיין, נאכדעם זאלסטו אנהייבן מדרש און אזוי ווייטער.