בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אינפארמאציע אויף א שידוך
שידוכים, לבוש, טיכל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב געטראכט פון דעם שידוך, האב איך געבעטן האברך החשוב ... נרו יאיר זאל עס אנטראגן.


די מיידל איז גאר א טייער קינד, זי איז זייער ערוואקסן, זי וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף פירן א שיינע שטוב. אויך די משפחה איז גאר א חשוב'ע משפחה, מיר זענען זייער נאנט מיט די משפחה. אויך מיין ווייב תחי' איז זייער נאנט מיט די מאמע, זיי רעדן יעדע פאר טעג. די מיידל איז א בת תלמיד חכם מיט אלע מעלות.


בנוגע די לבוש; די מיידל וויל גיין ווי די מאמע, מיט א טיכל; אבער זי וועט זיך שפירן זייער באקוועם צו זיצן מיט א משפחה וואס גייען נישט מיט טיכלעך, ווייל אירע קרובים גייען אויך נישט מיט קיין טיכלעך, די מאמע האט זיך אנגעטון די לבוש מיט יארן צוריק; לדעתי איז דאס בכלל נישט קיין פראבלעם.


די מיידל איז א געזונטע מיידל פיזיש און גייסטיש, און אויף וואס איר פרעגט אויב איך נעם אחריות אויף די שידוך; ווי קען א בשר ודם נעמען אחריות? איך קען זאגן אז אלעס וואס שטייט דא איז ריכטיג און קיין איין ווארט איז נישט שקר אדער צוגעלייגט.


אויך וויל איך אייך זאגן אז איך בין זייער איבערגענומען פון אייער זון, ער איז א טייער קינד, א ירא שמים, איך האב אים זייער ליב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.