בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לעבסט מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.
בנוגע דיין פראגע אויב דו זאלסט פאלגן דיינע עלטערן, אדער גיין נאך דיין הארץ וכו'; ביז דערווייל זאלסטו נאכנישט אנטון די קליידער ווי מען גייט ביי אונז חסידים, יעצט זאלסטו גיין אזוי ווי דו גייסט, און דער אייבערשטער וועט העלפן, ווען דו וועסט א חתן ווערן - וועסטו דעמאלט אנטון די חסידי'שע קליידער.
בנוגע די שידוך וואס דיין ראש ישיבה האט דיר גערעדט און דו האסט שוין געהאט א בעשאו, און יעצט האט די מיידל געזאגט ניין, און די שידוך גייט דיר נישט ארויס פון קאפ, דו דארפט אן עצה; ערשטנס, געדענק וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט 'אויב איינער דארף מיך נישט, דארף איך יענעם טויזנט מאל נישט'; אז די מיידל האט אפגעלאזט - זאלסטו נישט זיין צעבראכן, צווייטנס - אלע שידוכים וואס מען טראגט אן און עס ווערט נישט, דאס איז אלעס שידוכים; יעדע שידוך וואס מען רעדט נאר, מען טראגט עס אן - איז אויך א שידוך. עס איז דא אמאל וואס מען טרעפט זיך, מען רעדט איינער מיטן צווייטן, עס זעט שוין אויס ווי עס גייט ווערן א שידוך, למעשה ווערט נישט דער שידוך; זאגט דער רבי (ספר המדות אות חתון, סימן ז), אז דאס איז אויך א שידוך, און ווען דעם רבינ'ס ווייב איז נפטר געווארן און דער רבי איז געווען אין ראדוויל בעפארן א שידוך טון מיט זיין צווייטע ווייב, זענען געקומען אסאך פרויען זיך משדך זיין מיט אים. האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקצה): "אלע זענען מיינע שידוכים, און יעדער מענטש האט כמה וכמה זיווגים, ביי יעדן איינעם גייט עס אנדערש", אלע שידוכים וואס מען רעדט איז שוין אויך א בחינה פון א שידוך, אפילו עס ווערט נישט אויסגעפירט.
דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, שם): מענטשן שמועסן ביי זיך אין שטוב: "דער בחור וואלט גוט געווען פאר די מיידל"; אפילו ווען דער שידוך זאל זיך נישט אנהויבן און נישט ענדיגן - איז דאס אויך א בחינה פון א שידוך. "וְלִפְעָמִים נוֹסְעִים לַעֲשׂוֹת הַשִּׁדּוּךְ וּבְעֵת הַגְּמָר נִפְרָדִים מֵאֵיזֶה סִבָּה, וְלִפְעָמִים נִגְמָר הַשִּׁדּוּךְ וְאַחַר כָּךְ מַפְסִיקִים הַקֶּשֶׁר שֶׁל תְּנָאִים, וְלִפְעָמִים בָּאִין לִידֵי נִשּׂוּאִין וְאַחַר כָּךְ בְּסָמוּךְ נַעֲשֶׂה גֵּט בֵּינֵיהֶם. וְלִפְעָמִים אֵינוֹ נַעֲשֶׂה הַגֵּט עַד אַחַר אֵיזֶה זְמַן וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה כַּמָּה בְּחִינוֹת שֶׁיֵּשׁ בְּעִנְיְנֵי הַשִּׁדּוּכִים וְהַזִּוּוּגִים שֶׁאֵינָם נִגְמָרִים אַחַר כָּךְ, אֲבָל כֻּלָּם הֵם בְּחִינַת זִוּוּגִים שֶׁלּוֹ. כִּי כָּל אֶחָד יֵשׁ לוֹ כַּמָּה זִוּוּגִים, רַק שֶׁאֵצֶל זֶה נִגְמָר אֵיזֶה זִוּוּג שֶׁלּוֹ עַל יְדֵי אֵיזֶה דִּבּוּר בְּעָלְמָא שֶׁמְּדַבְּרִים מִזֶּה הַשִּׁדּוּךְ, וְלִפְעָמִים עַל יְדֵי אֵיזֶה דִּבּוּר יוֹתֵר אוֹ עַל יְדֵי אֵיזֶה הִתְקַשְּׁרוּת אוֹ נְסִיעָה אוֹ עֻבְדָּא בִּשְׁבִיל הַשִּׁדּוּךְ לְפִי שָׁעָה וְכוּ' כַּנַּ"ל"; זעט מען פון דעם אז יעדע זאך וואס מען טוט פאר א בחור און פאר א מיידל כדי זיי זאלן טרעפן זייער שידוך - אפילו עס ווערט נישט - איז דאס אויך עפעס, ווייל עס ווערט נענטער זייער ריכטיגע שידוך, עיין שם.
שטארק זיך אין דיין עבודת השם, לאז נישט נאך פון דיין לערנען און דאווענען, און גיי יעדן טאג התבודדות; זוך אויף א שטילע פלאץ און שמועס אויס דיין הארץ מיטן אייבערשטן. זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך און דו ווילסט שוין אזוי שטארק דיין שידוך, וועסטו זען ווי דיין ישועה וועט שוין קומען.
אויך זאלסטו זיך אריבערכאפן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מיט א שטארקע הבטחה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ, אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.