בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אכטונג געבן אויף קינדער וואו און מיט וועמען זיי דרייען זיך
חינוך הילדים, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך הער אז דיין זון איז נישט אין שול ביים דאווענען, ער דרייט זיך און פרייט זיך וכו'; אויך נאך חדר גייט ער נישט אהיים, ער דרייט זיך אין די גאסן.


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן אויף דיינע קינדער, מען קען נישט קומען אין שול מיט קינדער נאר אז די קינדער זענען אין שול נעבן די טאטע ביים דאווענען, און אזוי אויך נאך חדר מוזן די קינדער אהיים קומען, און די עלטערן דארפן אכטונג געבן וואו זיי גייען און מיט וועם זיי חבר'ן זיך.


מוהרא"ש זאגט, דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "הָרָגִיל בְּנֵר הַוְיָן לוֹ בָּנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", זאגט מוהרא"ש, נרות איז געמאכט אויפצוזוכן, מען איז בודק חמץ מיט א ליכט (פסחים ז:), דאס זאגן די הייליגע חכמים, 'הָרָגִיל בְּנֵר', דער וואס קוקט נאך די קינדער ווער זייערע חברים זענען, און וואו זיי גייען וכו' - די וועלן האבן ערליכע קינדער.


עס לוינט די ארבעט, עס צאלט זיך אויס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.