בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
זאלסט זיך זייער אכטונג געבן וואס דו טרינקסט און פון וועם דו טרינקסט, ווייל עס זענען דא מענטשן וואס מישן אויס אלקאהאל מיט זיסע געטראנקען, און ווען די בחורים און אינגעלייט גייען ארום ביי די שטיבער פרייליך מאכן און צאמנעמען צדקה געבט מען זיי פון די געמישטע טרינקען, און דאס קען צוברענגען צו גרויסע סכנות, און אויך איז דא וואס מישן אריין שעדליכע זאכן ה' ישמרינו.
דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט נישט נעמען פון קיינעם קיין טרינקען, בפרט אז דו האסט שוין געטרינקען וויין איז א גרויסע סכנה צו טרינקען געמישטע טרינקען פון ברוינפן, און אז דו ביסט דורשטיג זאלסטו נאר טרינקען וואס דו ביסט זיכער אז וואס דו טרינקסט איז נישט קיין סכנה; ווייל אפילו פורים וואס איז דא א מצוה פון טרינקען וויין איז אויך דא די מצוה פון (דברים ד, טו): "וְנִשְׁמַרְתֶּם מְאֹד לְנַפְשֹׁתֵיכֶם", און ווען דו טאנצט און דו שפרינגסט – זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט זוכה געווען צו וויסן פון מרדכי הצדיק, פונעם צדיק אמת וואס לערנט אונז די ריינע אמונה, מיר זאלן וויסן און געדענקען אז אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא קיין טבע, מקרה, מזל, עס איז נאר דא דער אייבערשטער וואס באהאלט זיך אין יעדע זאך.