בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - וויפיל טרינקט מען אום פורים?
אמונה, התחזקות, וויין, פורים, ערב שבת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת תצוה, זכור, ז' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא תצא, ד): "אָמְרוּ יִשְׂרָאֵל", אידישע קינדער זאגן פארן אייבערשטן, "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אֵין אָנוּ יְכוֹלִין בּוֹ", הייליגער באשעפער דו זאגסט אונז מיר זאלן אויסמעקן עמלק, מיר קענען נישט, "אוֹמֵר לָהֶם הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, תִּהְיוּ אַתֶּם מַזְכִּירִין שְׁמוֹ מִלְּמַטָּה, וַאֲנִי מוֹחֵק שְׁמוֹ מִלְמַעְלָה", זאגט דער אייבערשטער, ענק זאלן ליינען די פרשה פון די מצוה פון אויסמעקן עמלק און איך וועל שוין טון דאס איבריגע, איך וועל אים אויסמעקן.


דאס איז מורא'דיגע חיזוק פאר אונז, ווען מיר זעען ווי שטארק די נסיונות זענען, מען שפירט ווי מען קען נישט באזיגן דעם יצר הרע און מען שרייט: "אֵין אָנוּ יְכוֹלִין בּוֹ", באשעפער איך קען נישט באזיגן דעם יצר הרע, דעם עמלק; דארף מען זיך מחזק זיין, דער אייבערשטער זאגט: "תִּהְיוּ אַתֶּם מַזְכִּירִין שְׁמוֹ מִלְּמַטָּה", דו בעט און בעט, דו שריי און שריי, "וַאֲנִי מוֹחֵק שְׁמוֹ מִלְמַעְלָה", און איך וועל דיר העלפן; דער אייבערשטער וויל נאר מיר זאלן רעדן צו אים, מיר זאלן אים בעטן.


נעם אריין די אמונה אין דיר, מיט דעם וועסטו אויסמעקן עמלק, דורך אמונה ווערן בטל אלע ספיקות, קשיות און בלבולים. אז מען ווייסט און מען חזר'ט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פינקטליכע השגחה, קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליין, "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה, אֶלָּא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה", א מענטש צעקלעמט זיך נישט זיין פינגער אן דעם וואס מען זאל אויסרופן אין הימל פון פאראויס אז פלוני זאל זיך צעקלאפן זיין פינגער (חולין ז.); דאס איז מחיית עמלק.


דו ווייסט אודאי און דו געדענקסט וואס מוהרא"ש האט אונז אלע יארן פורים געלערנט וואס איז ריכטיג, וויפיל צו טרינקען, מען זאל נישט ליגן אין גאס טויט שיכור; נישט דאס איז די מצוה, די מצוה איז צו טרינקען אביסל און זיין פרייליך און שרייען צום אייבערשטן (אסתר ז, ד): "כִּי נִמְכַּרְנוּ אֲנִי וְעַמִּי לְהַשְׁמִיד לַהֲרוֹג וּלְאַבֵּד", רבונו של עולם איך בין פארקויפט פאר מיינע תאוות, איך וויל זיין ערליך; מען טרינקט אפאר כוסות און מען טאנצט ביז די קאפ דרייט זיך, און מען וויינט צום אייבערשטן (שם ח, ו): "אֵיכָכָה אוּכַל וְרָאִיתִי בְּאָבְדַן מוֹלַדְתִּי", איך בין א פארלוירענער, רבונו של עולם ראטעווע מיך.


בפרט די יאר ווען פורים געפאלט ערב שבת דארף מען זיך זייער אכטונג געבן מען זאל נישט קומען צו חילול שבת, מען דארף אלעס אנגרייטן פרי אז ביים זמן שבת זאל מען קענען מקבל זיין דעם שבת.


א פרייליכן שבת.

#2 - וַויינֶען מַאכְט וֵויינֶען
וויין, טעלעפאן, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב זיך אזוי מחי' געווען מיט דיין בריוו אז דו האסט אפגעלאזט די אלקאהאל, און אויך די סמ' טעלעפאן לאזטו אין אפיס; האסט מיר געגעבן א שטיק געזונט.


דו פרעגסט מיר וואס פאר א קבלה זאלסט זיך פארנעמען לכבוד די נייע יאר הבא עלינו לטובה; דארפסט נישט נאך קבלות, האלט אן די צוויי זאכן, מער נישט טרינקען; האלט נישט אין אפיס ביי דיר, און אויך נישט אין שטוב  - וויין און ברוינפן; וויינען מאכט וויינען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא עו:): "יַיִן מֵבִיא יְלָלָה"; נאך זאגן די הייליגע חכמים (במדבר רבה י, ו): "יַיִן גוֹרֵם לִזְנוּת", וויין ברענגט צו טון עבירות רחמנא לצלן; נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (תנחומא שמיני, יא): "יַיִן מֵבִיא אֶת הָאָדָם לִידֵי חֵטְא", וויין ברענגט צו עבירות, "לְצָרָה גְדוֹלָה", צו גרויסע צרות, "וּלְחִסָּרוֹן כִּיס" – און עס מאכט אז דער מענטש זאל ווערן ארעם.


די סמ' טעלעפאן ניץ נאר אין די שעות פון ארבעט, אזוי וועט דיין שטוב זיין א פלאץ פאר די שכינה הקדושה, דו וועסט האבן נערווען אויס צו הערן דיין ווייב, דו וועסט האבן צייט פאר תורה און תפילה.


בזכות דעם וועסטו האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1 - די סגולה פון וויין וואס א צדיק האט געקוקט דערויף
תפילות אויף אידיש, סגולות, רפואה, צדיקים, וויין

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב געהאט אזא מעשה נאך איינער פון מיינע קינדער, איך האב געבעטן מוהרא"ש אז איך דארף א ברכה פאר מיין ווייב, וויפיל זי פרובירט – האקט זיך עס אפ וכו'; מוהרא"ש האט מיר געזאגט אויפ'ן טעלעפאן: "איך קום היינט נאכט קיין וויליאמסבורג, איך וועל דיר עפעס ברענגען", איך האב נישט פארשטאנען וואס מוהרא"ש זאגט, 'עפעס ברענגען? וואס?' איך האב איבערגעפרעגט, און מוהרא"ש זאגט מיר: "איך ברענג דיר א סגולה פון רבי'ן", איך האב נישט געהאט קיין שום אנונג וואס מוהרא"ש זאגט.


ביינאכט האב איך געטראפן מוהרא"ש ביי די חתונה, מוהרא"ש האט מיר געגעבן א באטל גרעיפדזשוס און מיר געזאגט: "דער רבי זאגט דאך (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט): 'אִשָּׁה שֶׁדָּמֶיהָ מְרֻבִּים וְאֵין לָהּ וֶסֶת, אַף שֶׁיַּיִן מַזִּיק לָהּ וְכוּ', עִם כָּל זֶה רְפוּאָתָהּ עַל יְדֵי יַיִן שֶׁהִסְתַּכֵּל בּוֹ צַדִּיק אֲמִתִּי'", און מוהרא"ש זאגט מיר: "געב דיין ווייב צו טרינקען אביסל פון די גרעיפדזשוס וועט זי האבן א ישועה", וכך הוה.


איך שרייב דיר דאס ווייל דו ווילסט אן עצה וואס צו טון, עס נעמט שוין עטליכע וואכן; די פראגע איז נאר 'וואו נעמט מען א צדיק אמת?' מיר דארפן וויינען און שרייען: "רבונו של עולם, וואו איז מען זוכה צו טרעפן דעם אמת'ן צדיק וואס קען אונז העלפן?"


אינטערעסאנט, מיר האבן דאס געהאלטן פאר א לאנגע צייט; מיין ווייב האט געגעבן דערפון פאר נשות אנשי שלומינו, אלע האבן גלייך געזען ישועות.


ביי מיר איז געווען א חידוש וואס מוהרא"ש ברענגט מיץ ענבים (גרעיפדזשוס), אז דאס איז וויין.