בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת טהרה, ד' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' מיט די שיעורים יעדע ליל שישי און אז די שיעורים פרישן אויף דיין שלום בית.
זייער גוט האסטו געטון אז דו ביסט געגאנגען צו האברך ... נרו יאיר זיך מחזק זיין מיט אים בשיחות חברים; א גוטע חבר איז מער פון אלעס, מען קען צוקומען צו מקבל זיין פונעם רבי'ן אסאך מער ווען מען האט א גוטע חבר.
דער הייליגער רבי האט דערציילט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "וְשָׁמַעְנוּ מִצַּדִּיק אֲמִתִּי שֶׁאָמַר", איך האב געהערט פון אן אמת'ן צדיק, "שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה, בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ: אָחִי, חֲזַק וֶאֱחֹז עַצְמְךָ – הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ, כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל", אז ער האט נישט געהאט א חבר וואס זאל אים מחזק זיין און זאגן: "בְּרוּדֶער, שְׁטַארְק זִיךְ אוּן דֶערְהַאלְט זִיךְ"; ווייל אויב וואלט אים איינער געזאגט די ווערטער: "בְּרוּדֶער, שְׁטַארְק זִיךְ אוּן דֶערְהַאלְט זִיךְ", וואלט ער געקענט אסאך מער אנקומען אין עבודת השם, "וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", אבער קיינער האט אים דאס נישט געזאגט; עס איז באוואוסט אז דער רבי האט געמיינט מיט דעם זיך אליינס. זעט מען פון דעם אז אפילו דער גרעסטער צדיק דארף אויך התחזקות.
בנוגע קויפן פסח פראדוקטן; דו ווייסט דאך וואס מוהרא"ש האט געהאלטן אז מען זאל נישט קויפן די אלע "כשר לפסח" זאכן וואס מען מאכט נאך פון חמץ. נישט קיין פיצא, נישט קיין קעיק, נישט קיין זופ מאנדלעך און דאס גלייכן; מוהרא"ש שרייבט: "איך פארשטיי נישט די רבנים וואס געבן אן הכשר אויף די אלע זאכן! וואויל איז דעם וואס עסט נאר וואס מען מאכט ביי אים אין שטוב אדער פון זיינע עלטערן און ער מישט זיך נישט מיט א צווייטן".
אז מען טראכט אריין זעט מען אז דאס וואס מען זאגט "פסח הונגערט מען" - איז נישט אמת, ווייל פסח איז דא מער עסן ווי א גאנץ יאר; מען קען עסן די הייליגע מצות וואס יעדע שטיקל מצה וואס מען עסט פסח איז א מצוה, עס ברענגט אמונה און עס היילט אויס דעם מענטש.
בנוגע צי דו זאלסט גיין ארבעטן ערב פסח צו מאכן די פאר דאללער; איך פארשטיי נישט דיין פראגע, פאר דריי הונדערט דאללער זאלסטו ארבעטן ביטער שווער א גאנץ ערב יום טוב און אריין פאלן אין בעט שלאפן א גאנצע סדר?! ענדערש גיי פון היינט ביז יום טוב יעדן טאג אביסל 'הפצה', וועסטו מאכן נישט נאר דעם סכום נאר דאפלט און דריי מאל די סכום, און ערב יום טוב זאלסטו זיך גרייטן צום יום טוב.
כאפ אריין יעדן טאג אביסל חומש - שנים מקרא ואחד תרגום מיט פרקים משניות און דפים גמרא, ווייל נאר דאס בלייבט פונעם מענטש.
וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן.