בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב
מאך זיך א קביעות, יעדן אינדערפרי פארן דאווענען אדער נאכן דאווענען זאלסטו לערנען אין שול אכצן פרקים משניות מיטן "יום תהילים", עס נעמט נישט לאנג די ביידע לימודים, מיט חומש – שנים מקרא ואחד תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, דאס נעמט ווינציגער ווי א שעה; אזוי זאלסטו טון יעדן טאג, אויך פרייטאג און אויך שבת; וועסטו זוכה זיין צו שמחה, וועסט שפירן צופרידן, וועסט אפלאזן אלע שטותים וכו' וכו'.
אויך זאלסטו גיין יעדן אינדערפרי צווישן די ביימער פאר אפאר מינוט, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דו זאלסט קענען פאררעכטן ביים לעבן אלעס וואס דו האסט פוגם געווען, בעט דעם אייבערשטן פאר דיינע דורות, זיי זאלן זיין ערליכע אידן.