בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיר אלע דארפן עצות צו לעשן די פייער
תפילות אויף אידיש, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, כ"ה מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זייער גוט אז דו ביסט אריינגעגאנגען אין די פייער דיפארטמענט אין שטעטל, אין ליבערטי. איך האף אריינצולייגן נאך ערליכע אינגעלייט אין די דיפארטמענט, צו קענען העלפן ראטעווען פון פייער.


פארגעס נישט, מיר אלע דארפן עצות צו לעשן די פייער, די שלעכטע פייער וואס ברענט אין הארץ השם ישמרינו. די עצה אויסצולעשן די פייער איז דורך גיסן וואסער, "אין מים אלא תורה" (בבא קמא פב.), וואסער מיינט תורה, "אין מים אלא תפילה" (עיין בעל הטורים בראשית טז, ז), וואסער מיינט תפילה, נאך זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (בראשית רבה ב, ד): "אין מים אלא תשובה", וואסער מיינט תשובה טון מיט תורה און מיט תפילה, דאס איז תשובה, אזוי לעשט מען אויס די שלעכטע פייער וואס וויל פארברענען דעם מענטש.


אן אינטערעסאנטע זאך איז געווען ביי מוהרא"ש, ער האט אמאל שפאצירט מיט די בחורים און א פייער לעשער טראק איז אריבערגעפארן, און ער האט געפיפן און געליאמערט מיט קולי קולות, האט מוהרא"ש געזאגט פאר די בחורים: "ענק זעען, ווען מען לעשט א פייער, מען יאגט זיך צו לעשן א פייער – פארט מען מיט קולי קולות, דאס לערנט אונז אז ווען מען וויל פארלעשן די פייער פון די שלעכטע תאוות, דארף מען שרייען צום אייבערשטן מיט קולי קולות 'הייליגער באשעפער, האב אויף מיר רחמנות, לעש אויס מיין שלעכטע פייער, ראטעווע מיך פון שלעכטס, עס ברענט אין מיר די פייער פון שבעים אומות, שבעים לשונות'".