בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"ג תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
וויסן זאלסטו, יעדער איינער גייט אריבער שווערע ביטערע יסורים, נישטא קיינער וואס זאל נישט ליידן בזה העולם; מיט וועם מען רעדט, מיט וועם מען שמועסט; אלע שרייען, אלע וויינען, אלע קרעכצן; עס איז נישטא קיין עצה וואו זיך צו באשיצן, נאר אונטער די פליגלען פונעם אייבערשטן. אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים סא, ה): "אֶחֱסֶה בְסֵתֶר כְּנָפֶיךָ סֶּלָה", איך טו זיך באשיצן אונטער די פליגלען פונעם אייבערשטן.
נעכטן בין איך געווען באזוכן אין תפיסה, איך גיי מיט די אינגעלייט אין שטעטל וואס גייען כסדר אין תפיסות מחי' זיין אַחֵינוּ כָּל בֵּית יִשְׂרָאֵל הַנְּתוּנִים בַּצָּרָה וּבַשִּׁבְיָה, איך בין געווען ביי א איד וואס זיצט שוין לאנגע יארן אין תפיסה, דער איד פארפעלט נישט צו לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג, דער איד לעבט מיט א שטארקע אמונה ובטחון, עס איז געווען א בחינה פון בא ללמד ונמצא למוד, איך בין יענעם געגאנגען מחזק זיין און איך בין ארויסגעקומען אזוי צעטרייסלט פון די שטארקקייט פון אידישע קינדער, ווי שטארק די אמונה איז, און נאר מיט אמונה קען מען זיך דערהאלטן.
איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט אויך לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן לערנען די הייליגע תורה. מיר זענען מקורב צום רבי'ן, דער רבי האט נאר דאס געוואלט, מיר זאלן לערנען און דאווענען, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז): "מען באדארף נישט אויף די וועלט גארנישט צו טון, נאר דאווענען און לערנען און דאווענען".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.