בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, איז נאר פאר איין סיבה
תפילה והתבודדות, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אמור, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך דערהאלטן מיט אלע דיינע כוחות, ווער נישט צעפאלן פון וואס דו גייסט אריבער. אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר איז נאר פאר איין סיבה, מען וויל זען פון הימל וואס דו גייסט טון און צו וועם דו גייסט זיך ווענדן; צו זען ווי דו וועסט גיין צום אייבערשטן, דו וועסט גיין אין א זייט און זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר העלפן.


גיי יעצט אין א זייט און זאג אפאר ווערטער פארן אייבערשטן, זאג אים: טאטע זיסער איך וויל זיין גוט, טאטע זיסער איך וויל זיין ערליך, טאטע זיסער האב רחמנות אויף מיר"; די פאר ווערטער שפאלט אלע הימלען, און עס וועט אויפשפאלטן דיין הארץ צו בענקען צום אייבערשטן.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף לויפן צו די בחורים, זיי ווארטן אויף מיר איך זאל זיי מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.