בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קדושים, ב' דר"ח אייר, ט"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
עס איז מיט גרויס חסדים; קוק גוט וועסטו זען אז דער אייבערשטער איז זייער גוט צו דיר, אפילו מיט אלעס וואס דו גייסט אריבער - איז דא ניסים גלויים.
טראכט אריין וואס קומט דיר, לויט דיינע מעשים וכו'; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסה): "תְּקַבֵּל בְּאַהֲבָה כָּל הָרָעוֹת וְהַיִּסּוּרִין הַבָּאִים עָלֶיךָ", מען דארף אננעמען אלע שלעכטס און יסורים, "כִּי רָאוּי שֶׁתֵּדַע, שֶׁלְּפִי מַעֲשֶׂיךָ אַחַר כָּל הַיִּסּוּרִים וְהָרָעוֹת שֶׁיֵּשׁ לְךָ, עֲדַיִן הוּא מִתְנַהֵג עִמְּךָ בְּרַחֲמִים, כִּי הָיָה מַגִּיעַ לְךָ יוֹתֵר וְיוֹתֵר, חַס וְשָׁלוֹם, לְפִי מַעֲשֶׂיךָ", ווייל לויט דיינע מעשים פירט זיך דער אייבערשטער צו דיר מיט גרויס רחמנות, עס וואלט דיר געקומען אסאך מער שלעכטס חס ושלום, דער רבי טייטשט מיט דעם די פסוק (ויקרא יט, יח): "וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ", זאלסט ליב האבן די שלעכטס, "כָּמוֹךָ"; ווייל אזוי ווי דו ביסט - "אֲנִי ה'", פיר איך זיך מיט גרויס חסדים.
היינט נאכט וועט זיין די שיעור אין לעיקוואד, ביי אונז אין בית המדרש, איך וויל אויפלעבן די חבורה דארט. מען וועט דאס קענען מיטהאלטן אין אלע שולן; איך וויל זייער זאלסט קומען צום שיעור זיך מחדש זיין, זיך אויפפרישן מיט אמונה, תפילה, סדר דרך הלימוד וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.