בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אלעס וואס דו גייסט אריבער איז נישט קיין פערצופאל
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, נחמו, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלט דיין הודעה.


איך בעט דיר זייער, פארליר זיך נישט, און חס ושלום האבן א קשיא אויפן אייבערשטן, גלייב באמונה שלימה אז אלעס וואס דו גייסט אריבער איז נישט קיין פערצופאל, אלעס איז מיט א פינקטליכער חשבון פונעם אייבערשטן, אלעס איז נאר לטובתך.


איך בעט פאר דיר, און יעדע מאל דו שיקסט מיר א טעקסט מעסידזש אז דו מוטשעסט זיך זייער – בעט איך פאר דיר, און איך גלייב באמונה שלימה אז נאך אביסל וועסטו ארויסגיין פון אלע דיינע צרות.


דער אייבערשטער געדענקט יעדע גוטע זאך פון דיר, כי אין שכחה לפני כסא כבודך, אויך יעצט ווען דו ביסט אזוי צעבראכן און דו זעסט אין דיר נאר שלעכטס, דו קענסט נישט טרעפן עפעס א פינטל גוטס; אויבן אין הימל איז גאר פארקערט, דארט קומט אפיר אלע דיינע גוטע זאכן און אויך דיין צעפליקטע הארץ זעט דער אייבערשטער.


יעצט ביסטו זייער נאנט צום אייבערשטן, "קרוב ה' לנשברי לב", דער אייבערשטער איז נאנט צו די צעבראכענע הערצער, זע צו בלייבן נאנט, און חס ושלום האבן א פינטעלע קשיות און עצבות; דעמאלט ווערט מען דערווייטערט (און אויך דעמאלט קען מען אין איין רגע צוריק נאנט ווערן ווען מען טוט תשובה).


לייג אוועק דעם בריוו, ווייל באלד ווערט טאג און די געלעכטער וועט זיין אזוי גרויס, און דו וועסט זאגן האסט זיך קיינמאל נישט געמוטשעט, און דו וועסט ליינען דעמאלט די בריוו און דאנקען דעם אייבערשטן "אודך ה' כי אנפת בי..."


איך בעט פאר דיר און דו בעט פאר מיר.