בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אלעס איז תלוי אין שלום בית
שלום בית, פרנסה, מוהרא"ש, כבוד

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


רעד שיין אין שטוב, געב אכטונג אז דיין שלום בית זאל זיין פיין, ווייל נאר מיט שלום בית קען מען זיין אן ערליכער איד.


איך האף דו האסט געהערט וואס מיר האבן גערעדט דאנערשטאג נאכט ביים ליל שישי שיעור, מיר האבן אסאך גערעדט פון זיך אכטונג געבן נישט צו פארלירן די שלום בית, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס מוהרא"ש פלעגט אזויפיל רעדן צו אונז פון שלום בית; וואס עפעס האט מוהרא"ש זיך אזוי געשטעלט אויף שלום בית? ווייל אין דעם איז תלוי אלעס; מוהרא"ש זאגט (אשר בנחל חלק ל, מכתב ד' תתס): "מצות שלום בית, לדעתי, עולה על כל המצוות, כי כשתאבד חס ושלום את אשתך, אז ממילא לא תקיים שום מצוה, ומכל שכן שתבוא חס ושלום לעבירות", אז דו וועסט פארלירן דיין שלום בית - וועסטו פארלירן אלעס, דו וועסט נישט טון קיין מצוות, און דו וועסט פאלן אין עבירות רחמנא לצלן.


זיי נישט קארג, זיי נישט קיין קמצן, נישט מיט געלט און נישט מיט גוטע ווערטער; זיי א פארגינער פאר דיין ווייב, פיר זיך אויף ווי די ערליכע אידן פירן זיך, געב איר געלט און געב איר גוטע ווערטער. אז דו וועסט מכבד זיין דיין ווייב - וועסטו רייך ווערן, די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.), אז מען איז מכבד די ווייב - ווערט מען רייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.