בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אלץ זיין אין א גוטע גוסטע
משניות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


שרייב מיר בריוו, איך וויל זיין נאנט מיט דיר, שרייב מיר פון דיין עבודת השם, פון דיינע שיעורים, איך וויל זיין בקשר מיט דיר.


שטארק זיך מיט לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס וועט דיר רייניגן דיין נשמה, עס וועט דיר ברענגען אלעס גוטס.


אויך זאלסטו גיין יעדן טאג התבודדות, מאך זיך א קביעות צו רעדן צום אייבערשטן אפאר מינוט יעדן טאג, דערצייל דעם אייבערשטן וואס באדערט דיך, וואס שטערט דיך, שמועס מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטע פריינד; וועסטו זיך שפירן פרייליך און צופרידן, וועסט אלץ זיין אין א גוטע גוסטע.


איך האף צו זיין דיין שדכן בקרוב.