בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אמונה אינעם אייבערשטן, וועט דיר דאס לעבן זיין זיס און האניג'דיג.
ווען א מענטש ווייסט קלאר אז אלעס אויף די וועלט טוט דער אייבערשטער, עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן – איז אים אלעס גוט; ער ווייסט אז אלעס איז לטובתו, אויך דאס אז מען פארשטייט נישט די טובה איז אויך דער אייבערשטער, דעמאלט איז גרינגער צו נעמען דאס שלעכטס.
געב א קוק דיינע ליכטיגע קינדער וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן און אזא טייערע מאן נרו יאיר, בלייבט דיר איבער נאר איין זאך: "תודה והודאה" – דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן און אים בעטן אויף ווייטער.
איך בעט זייער אסאך דעם אייבערשטן פאר דיר און דיין מאן; דיין מאן העלפט מיר זייער אסאך, ער העלפט מיר מיט א געטריישאפט, אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.
א כתיבה וחתימה טובה.