בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר
א גרוס פון דיינע קינדער, זיי זענען אזוי טייער, אזוי ליכטיג, זיי בליען אין אונזער מוסד; סיי די אינגלעך, מיידלעך און בחורים; אלע זענען זייער מצליח.
נעם אריין אין דיר אמונה, טראכט פונעם אייבערשטן. שטעל זיך אפ פאר איין רגע און טראכט: 'עס איז דא א גרויסער באשעפער אויף דער וועלט'; אזוי וועלן בטל ווערן אלע קליפות, דמיונות, שלעכטע מחשבות, שלעכטע תאוות און אלע בלבולים וכו' וכו'.
דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א' סימן כה, אות ד): "אי אפשר להכניע הקלפות", מען קען נישט בייקומען די קליפות, וואס מיינט דאס קליפות? "היינו הדמיונות", פאנטאזיעס, "והמחשבות", און שלעכטע מחשבות, "והתאוות", און אלע שלעכטע זאכן וואס דער מענטש גלוסט, "אלא על ידי גדלות הבורא", נאר דורך טראכטן פון דעם אייבערשטנ'ס גרויסקייט; ווייל ווי נאר מען הויבט אן טראכטן 'אה... מחי', עס איז דא א בורא, ער פירט אלעס, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס' – ווערן אלע קליפות אויס, כְּלָא.
ווען מענטשן קומען צו דיר און רעדן זיך אויס זייערע פאנטאזיעס, זייערע דמיונות – זאלסטו רעדן פון אמונה, נאר אזוי וועסטו זיי קענען העלפן, און דו אליין וועסט אויך ווערן אויסגעלייזט פון די אלע מניעות וכו'.