בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיט אמונה ווערט מען נישט פארשעמט
אמונה, בושה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (ספר המידות אות בושה, סימן ט): "תְּצַיֵּר לְפָנֶיךָ אוֹתִיּוֹת אֱמוּנָה", מען זאל טראכטן פון די אותיות פונעם ווארט אמונה, "וּבָזֶה לֹא יָבוֹא עָלֶיךָ שׁוּם בּוּשָׁה", וועט מען נישט ווערן פארשעמט .


נעם אריין אמונה אין דיר, זינג זיך ניגונים פון אמונה, זינג: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל"; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט פארפאסט א ניגון אויף די ווערטער ווען ער איז געווען א בחור, מוהרא"ש פלעגט גיין אין פעלדער און אין וועלדער רעדן צום אייבערשטן, זייענדיג אליינס אין די פוסטע וועלדער האט ער מורא געהאט פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם". ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור מאל, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן דער שיינער ניגון; דאס זאלסטו אויך טון, זינג דיר ניגונים פון אמונה א גאנצן טאג, וועט דיר ווערן די אמונה זייער שטארק, וועסטו נישט פארשעמט ווערן פון קיינעם.