בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר טהרה, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב
נעכטן ווען איך בין געווען אין שטעטל ביים ברית האסטו מיר געזאגט אזוי צעבראכן אז מען האט דיך אפגעזאגט פון דיין ארבעט, און דו פרעגסט מיר: "אמת איך בין א גולם? אמת איך בין א שלומיאל? אמת איך בין א שוטה?"
איך וויל דיך זאגן, דו ביסט א געלונגענער מענטש דו ביסט א גוטער מענטש, דו ביסט פול מיט חן; דאס אז דו האסט נישט קיין פרנסה - דאס מיינט נישט אז דו ביסט א שוטה, "לֹא לַחֲכָמִים לֶחֶם" (קהלת ט, יא), דאס האט נישט צוטון מיט שכל אדער געלונגענקייט; פארוואס זאלסטו זיך צעברעכן? פארוואס זיך קלאפן?
געב א קוק, נעם חיזוק פון די טעג אין וואס מיר געפינען זיך יעצט, מיר שטייען יעצט אין די טעג פון ספירה, אז מיר טראכטן אריין די פאסירונג וואס האט פאסירט ביים הייליגן תנא רבי עקיבא, ווי זיין גאנצע ישיבה, זיין גאנצע הארעוואניע איז בטל געווארן, אלע תלמידים זענען געשטארבן, פיר און צוואנציג טויזנט תלמידים זענען געשטארבן; אז מען טראכט אריין וואס מיינט זיין א רבי פאר תלמידים, וויפיל צייט, וויפיל כח מען דארף אריינלייגן אין יעדן תלמיד, און אז עס האט פאסירט אזא אומגליק, ביים סוף בלייבט גארנישט איבער - וואלט רבי עקיבא געדארפט ווערן אויסער זיך און אויפגעבן, 'וואס הייסט? מיין גאנצע הארעוואניע איז פארפאלן?' אבער דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט זיך געשטארקט, ער האט אנגעהויבן פונדאסניי, ער האט גענומען פרישע תלמידים, זיבן תלמידים: רבי מאיר, רבי יהודה, רבי יוסי, רבי שמעון בר יוחאי, רבי אליעזר בן שמוע, רבי יוחנן הסנדלר און רבי אליעזר בן יעקב; דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט נישט אויפגעגעבן, נאר אנגעהויבן פונדאסניי לערנען מיט תלמידים, און צווישן די תלמידים איז געווען דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי וואס אין זיין זכות לעבן מיר.
דאס לערנט אונז אז מיר זאלן אויך נישט אויפגעבן, מיר זאלן שטענדיג אנהייבן פונדאסניי, און אפילו מען זעט ווי אלעס צעפאלט פאר די אויגן, מען זעט זיך חרוב ונחרב, מען זעט ווי אלע הארעוואניע וואס מען האט געהארעוועט און זיך געפלאגט ביז אהער, אלעס איז צעפאלן; דארף מען נאכמאכן דעם הייליגן רבי עקיבא וואס האט זיך נישט מייאש געווען; אנהייבן פונדאסניי, און אז מען זעט זיך ברוחניות א דורכפאל, מען האט אלעס פארלוירן, מען איז אראפגעפאלן אין א שווערע נסיון, מען איז נכשל געווארן אין טון עבירות, מען שפירט ווי מען האט אלעס פארלוירן - דארף מען אנהייבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן, מען טוט תשובה, מען איז זיך מתוודה, מען בעט דעם אייבערשטן: "אייבערשטער זיי מיר מוחל", און מען הייבט אן פון ניי דינען דעם אייבערשטן, און אז מען שפירט זיך אזוי ווייט, מען שפירט און מען ווייסט אז מען האט פארלוירן די וועלט און יענע וועלט - דארף מען דינען דעם אייבערשטן פונדאסניי, אפילו מען וועט נישט האבן עולם הבא, און אז מען שטארקט זיך, מען דינט דעם אייבערשטן, מען לערנט, מען דאווענט און מען טוט חסד - פאלן אוועק די אלע דמיונות און מען איז זוכה צוצוקומען צו די העכסטע מדריגות.
אויך בגשמיות, אז מען האט פארלוירן אלעס, מען זעט זיך אליין, מיט פרנסה, מיט די ווייב און מיט די קינדער, דארף מען ארויסנעמען התחזקות פון הייליגן תנא רבי עקיבא, ווי ער האט אנגעהויבן פון ניי, נישט געקוקט אויף וואס מען האט פארלוירן. דאס זאג איך דיר ליבער ברודער, אז דו האסט פארלוירן דיין פרנסה - איז נישט עק וועלט, נעם א נייע פרנסה, און נעם אריין אין דיר אז דער אייבערשטער האט דיך ליב, דער אייבערשטער האט א פלאן, אלעס איז מיט א חשבון, נישט ווייל דו ביסט א גולם, א קלאץ - האסטו פארלוירן דיין פרנסה, נאר אלעס איז פון אויבן. די הייליגע חכמים זאגן (יומא לח.): "בשמך יקראוך ובמקומך יושיבוך, אין אדם נוגע במה שמוכן לחבירו", קיינער קען נישט צונעמען א פרוטה וואס איז אנגעגרייט פאר דיר, "ואין מלכות נוגעת במלכות חברתה אפילו כמלוא נימא", און קיינער קען נישט צונעמען פון א צווייטן נאר אז מען רופט אויס אין הימל. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ברכות נח.): "אפילו ריש גרגיתא", אפילו דער וואס איז ממונה צו ארבעטן ביי די סוער, א נישט געשמאקע ארבעט - "מן שמיא מנו ליה", איז אויך פון הימל, נאך זאגן זיי (חולין ז:): "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה, אֶלָּא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה", א מענטש צעקלאפט זיך נישט דעם קליינעם פינגער אן דעם וואס מען זאל אנשרייבן אויבן אין הימל אז עס זאל פאסירן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.