בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
דא האסטו אפאר וויכטיגע פונקטן צו מצליח זיין אין דיינע געשעפטן:
· זאג יעדן טאג נאך שחרית מיט די טלית ותפילין די 'תיקון הכללי', די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער רבי האט מגלה געווען פאר תיקון הברית, דאס איז מסוגל פאר פרנסה [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ].
· זיי זיך מוסר נפש צו זיין בשמחה, און אפילו דו האסט נישט מיט וואס צו זיין פרייליך, דו שפירסט ווי די דאגות און די עצבות איז זיך מתגבר אויף דיר – זאלסטו זיך רייסן צו זיין פרייליך, ווייל דאס איז די שליסל צו הצלחה.
· האלט א תהילים אין געשעפט, און ווען דו זעסט אז עס דארף געשען א נס, די באנק איז ליידיג, מען דארף ניסים – זאלסטו זאגן א קאפיטל תהילים.
· רעד מיט דרך ארץ צו דיין ווייב, רעד צו איר ווייך און שיין; דאס איז מסוגל פאר עשירות.
· האלט א פושקע אין דיין אפיס, און ווארף אריין כסדר פרוטות און שעפשע תפילות.
'הענג אויף דעם בריוו אין דיין אפיס'.