בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אנטלויפן פון שלעכטע מענטשן
חיזוק פאר מיידלעך, קדושה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט מיר וואס דו זאלסט טון אויב די מעשה פאסירט נאכאמאל, היות דיינע עלטערן פארן אוועק כמעט יעדע וואך אין האטעלס וכו'.


א מיידל טאר נישט שפילן, רעדן און לאכן מיט בחורים און אינגלעך; אז דער בחור איז געקומען צו דיר און ארויסגעכאפט פון דיין האנט וכו' וואלסטו געדארפט אוועק גיין פון אים, נישט אים נאכלויפן עס צוריק נעמען. ווייל דאס איז דער וועג פון שלעכטע מענטשן, זיי זוכן א וועג ווי אזוי זיי קענען אנהייבן שמועסן, לאכן און רעדן וכו', וכו' השם ישמרינו. די עצה איז נישט אנצוהייבן האבן מיט זיי גארנישט, אזוי ווי דער הייליגער רבי לערנט אונז אין ספר המידות (אות ניאוף, סימן י): "לֹא תִּכָּנֵס עִם פִּתּוּיֶיךָ בְּטוֹעֵן וְנִטְעָן", מען זאל נישט אנהייבן קיין שום שייכות מיט א שלעכטער מענטש, אפילו סתם רעדן אדער טענה'נען; ווייל דאס איז דער וועג ווי אזוי זיי כאפן אריין מענטשן אין זייער זאק. אזוי ווי מיר געפונען ביים שלאנג ווען ער האט געוואלט צורעדן אדם הראשון און חוה זיי זאלן עסן פונעם עץ הדעת, ווי אזוי האט ער אנגעהויבן? ער איז צוגעגאנגען צו חוה סתם שמועסן, ער האט איר געפרעגט: "דער אייבערשטער לאזט עסן פון די פיינע ביימער?" זאגט רש"י (בראשית ג, א, דבור המתחיל: אף כי אמר וגו'): "ער האט דאך געזען ווי זיי עסן פון די פרוכט פון די ביימער, פארוואס האט ער זיי געפרעגט די שאלה? נאר ער האט געזוכט א וועג ווי אזוי ער קען אנהייבן רעדן מיט זיי", ביז ער האט זיי איבערגערעדט צו טון די עבירה, און אדם און חוה זענען אראפגעפאלן אין דעם.


דו ביסט שוין א גרויס מיידל און דאס בעסטע פלאץ פאר דיר איז צו בלייבן אין שטוב, ווייל ווען מען פארט אין האטעל דארף מען האבן עקסטערע שמירה, אזוי דער רבי זאגט (ספר המידות אות דרך, חלק ב', סימן ו): "הַדְּרָכִים מְבִיאִים אֶת הָאָדָם וכו'", צו נישט גוטע זאכן; אויב דו האסט נישט קיין ברירה, דיינע עלטערן פארן כסדר אוועק זאלסטו געדענקען נישט צו האבן קיין שום שייכות מיט בחורים אדער גרויסע אינגלעך, אנטלויף פון זיי אזוי ווי מען אנטלויפט פון א פייער.


נעם זיך מיט א ספר תהילים, אשר בנחל און עצתו אמונה - דאס זאלן זיין דיינע ספרים, דיין פארמעגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.