בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אפרייניגן די קהלה פון שלעכטס
קדושה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך הער פון אפאר אינגעלייט ביי אונז אין די קהילה, אז איינער שרייבט זיי מיט א באהאלטענע נומער צו קומען טון עבירות; איך וויל וויסן אויב דאס איז איינער פון אינעווייניג, אויב יא דארף מען פארשפרייטן פאר אלע אברכים זיך צו היטן פון אים, ביטע אויב דו קענסט געוואר ווערן ווער דאס איז, איך וועל נישט לאזן מיין ארבעט, מיין הארעוואניע וואס איך ארבעט ביטער שווער צו האבן ריינע ד' אמות - זאל מיר צעפאלן; ווייל דורך ניבול פה און ניאוף ווערט אלעס חרוב, און אונזער ארבעט איז רייניגן אונזערע ד' אמות פון די כיתות מענטשן וואס דער מלך האכזר האט אריינגעברענגט.


אזוי ווי דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יג, פון די זיבן בעטלערס): "דֶער מֶלֶךְ דֶער אַכְזָר הָאט בַּיי זֵיי אִיבֶּער גִילָאזְט. דְרַיי כִּתוֹת קְנֶעכְט אַז זֵיי זָאלִין אוּם גֵיין אוּן זֵיי זָאלִין כַּלְיָא מַאכִין דִי מְדִינָה. וָוארִין זֵיי זֶענֶען אוּם גִיגַאנְגֶען אוּן הָאבִּין גִירֶעט צְוִוישְׁן זֵיי נִיבוּל פֶּה. אוּן זֵיי הָאבִּין אַרַיין גִיבְּרַאכְט נִיבוּל פֶּה אִין דֶער מְדִינָה אַרַיין. אוּן דוֹרְךְ נִיבוּל פֶּה אִיז בַּיי זֵיי דוֹרְךְ דֶעם כַּלְיָא גִיוָוארִין דֶעם טַעַם אַז אַלֶע טַעֲמִים הָאבִּין אֵיין טַעַם פוּן נְבֵילָה. אוּן אַזוֹי הָאבִּין זֵיי אַרַיין גִיבְּרַאכְט שׁוֹחַד אִין דֶער מְדִינָה אַרַיין אוּן דוֹרְךְ דֶעם אִיז בַּיי זֵיי כַּלְיָא גִיוָוארִין דִי מַרְאָה אוּן סֶע אִיז בַּיי זֵיי טוּנְקִיל גִיוָוארִין אִין דִי אוֹיגִין. וָוארִין אַזוֹי שְׁטֵייט כִּי הַשׁוֹחַד יְעַוֵר עֵינֵי חַכָמִים. כְּלוֹמֶר שׁוֹחַד מַאכְט בְּלִינְד דִי אוֹיגִין. אוּן אַזוֹי הָאבְּן דִי קְנֶעכְט אַרַיין גִיבְּרַאכְט נִיאוּף אִין דֶער מְדִינָה. אוּן דוֹרְךְ דֶעם אִיז כַּלְיָא גִיוָוארִין דֶער רֵיחַ וָוארִין דוֹרְךְ נִיאוּף וֶוערְט כַּלְיָא דֶער רֵיחַ. (אוּן דָאס הָאט עֶס דֶער מֶלֶךְ אַכְזָר אִיבֶּער גִילָאזְט דְרַיי כִּתּוֹת קְנֶעכְט אִין דֶער מְדִינָה. אוּן הָאט זֵיי גִיהֵייסִין אַז זֵיי זָאלִין אוּם גֵיין אוּן זֵיי זָאלִין אַרַיין בְּרֶענְגֶען דִי דְרַיי עַבֵירוֹת אִין דֶער מְדִינָה. אוּן דוֹרְךְ דֶעם אִיז בַּיי זֵיי כַּלְיָא גִיוָוארְן דִי מַרְאָה אוּן דֶער טַעַם אוּן דֶער רֵיחַ) בְּכֵן זָאלְט אִיר זֶעהְן פַאר רֶעכְטִין דִי מְדִינָה פוּן דִי דְרַיי עַבֵירוֹת. אוּן אִיר זָאלְט נָאךְ זוּכִין נָאךְ דִי מֶענְטְשְׁן (דְהַיינוּ נָאךְ דִי קְנֶעכְט וָואס זֵיי הָאבִּין עֶס אַרַיין גִיבְּרַאכְט דִי דְרַיי עַבֵירוֹת אִין דֶער מְדִינָה) אוּן אִיר זָאלְט זֵיי פַארְטְרַייבִּין. אוּן אַז אִיר וֶועט אַזוֹי טָאן. אוּן אִיר וֶועט אָפְּרֵיינִיקְן דִי מְדִינָה פוּן דִי דְרַיי עַבֵירוֹת זָאג אִיךְ אַייךְ. אַז לֹא דַי וָואס סֶע וֶועט בַּיי אַייךְ פַאר רֶעכְט וֶוערְן דֶער טַעַם אוּן דִי מַרְאָה אוּן דֶער רֵיחַ, נָאךְ מֶער. אַפִילוּ דֶער אַגְרָאדְנִיק וָואס עֶר אִיז בַּיי אַייךְ פַארְפַאלִין גִיוָוארְן. וֶועט עֶר זִיךְ אוֹיךְ קָאנֶען אָפְּזוּכִין".


לאז מיר וויסן אויב דאס איז ביי אונז, ווייל איך האב נישט קיין מנוחה, איך האלט אין איין הערן פון אינגעלייט אז איינער שרייבט זיי אויב זיי ווילן טון עבירות; איך וויל פארטרייבן דעם מענטש, אפרייניגן אונזער שטעטל, ביז מען וועט זוכה זיין צו טרעפן דעם גארדנער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.