בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ארבעטן מיט הארץ און געפיל ביי א בעל הבית
פרנסה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


נישט אלעס וואס מען טראכט – זאגט מען, א מענטש דארף האבן אביסל שכל, אביסל הכרת הטוב.


איך שרייב דיר דאס ווייל דיין בעל הבית זאגט מיר אז דו רעדסט נישט ריכטיג, דו זאגסט אים: "איך בין דא פאר מיין געלט", "איך האב גארנישט מיט די ביזנעס" וכו'; דאס איז נישט ריכטיג צו זאגן פאר א בעל הבית. דאס מעג מען טראכטן, אבער זאגן דארף מען "שכוח", מען דארף מכיר טובה זיין א בעל הבית, ווי נישט באקומסטו דיין פרנסה וואס דער אייבערשטער געבט דיר – דורך אים, א מענטש מוז האבן גוטע מידות, געדענקען און אנערקענען דאס גוטס וואס מענטשן טוען מיט אים. און אויך ביים ארבעטן דארף מען ארבעטן מיט הארץ און געפיל, זוכן די ביזנעס זאל מצליח זיין און ווי מען קען שפארן געלט, אז נישט איז דאס גניבה.


אז דער בריוו איז נישט גענוג קלאר, דו כאפסט נישט וואס איך מיין – זאלסטו קומען רעדן פנים בפנים.


מוהרא"ש זאגט, הכרת הטוב איז א סימן אויף אלע גוטע מידות, און פארקערט אויך.