בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
גיי נישט אוועק פון רבי'ן, אפילו וכו'; און אפילו מען וועט דיר האקן אין קאפ מיט א דראנג, זאלסטו שרייען קולי קולות: "איך גיי נישט אוועק פון רבי'ן!"
אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר ר' ליפא; די מעשה גייט אזוי, ר' ליפא איז געווען א גרויסער סוחר און אן ערליכער איד, איינמאל איז ער געפארן צום יריד מאכן זיינע געשעפטן, און ער האט געטראכט אז ערשט וועט ער גיין צום רבי'ן נעמען א ברכה. מוצאי שבת נאכן זמן ביי שלש סעודות האט אים שוין די הויט געברענט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה, כדי ער זאל שוין קענען פארן צום יריד פארדינען געלט, און אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער אים מרמז געווען אינמיטן די תורה אז עס שטייט אין תיקוני זוהר (תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חייכת בהון בעותרא בהאי עלמא, ולבתר קטילת בהון", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן און שפעטער הרג'עט עס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא ער זאל נישט נאכלויפן די געלט וואס וועט אים ביים סוף הרג'נען, ר' ליפא האט זיך פון דעם באליידיגט און איז אוועק פון רבי'ן, ער איז מער נישט געקומען.
יארן שפעטער האט אים רבי נתן געטראפן, און אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו, עמנו הייתם? פארוואס ביסטו אוועק געגעגאנגען פון רבי'ן" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים רבי נתן: "ליפא! פון אזא רבי'ן גייט מען אוועק? זאל דער רבי נעמען א 'דראנג' (א דיקע האלץ) און מיר האקן און שלאגן וועל איך אויך נישט אוועק גיין"; פון דעם זעט מען אז א מענטש דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן ער זאל נישט אוועק גיין פונעם הייליגן רבי'ן וועגן א חלישות הדעת וכדומה.
איך וויל זייער די יאר זאלסטו מיר אויך העלפן מיט די קאמפיין, איך האב פאר דיר א קליינע מתנה פאר הכרת הטוב פארן העלפן פאריאר, איך וויל דיר עס איבער געבן פערזענליך זונטאג פרשת עקב, אז דו קענסט ארויפקומען צו מיר אין שטוב. איך קוק ארויס די איין מאל א יאר וואס אנשי שלומינו גייען נאך געלט און בעטן נדבות פון באקאנטע, אזוי קען איך ווייטער בויען אונזערע שיינע מוסדות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.