בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ארויסקלאפן פון קאפ די זאך פון זיך גט'ן
שלום בית, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נאכן רעדן מיט אייך און נאכן זיך אריינטון אין די גאנצע פרשה, וויל איך אייך זייער בעטן איר זאלט ארויסקלאפן פון אייער קאפ דער זאך פון 'זיך גט'ן'; עס איז א גרויסע אחריות צו גיין צעברעכן א שטוב מיט אזויפיל קינדער.


איך האב זיך אביסל אריינגעטון צו מברר זיין וואס איז די מעשה מיט אייער מאן נרו יאיר; איך פארשטיי אז מען דארף פארקוקן אויף די זאכן וכו', אבי עס זאל בלייבן די שטוב.


איר זענט מקורב געווארן צו היכל הקודש; ביי מוהרא"ש איז געווען צעברעכן א שטוב דאס ארגסטע זאך, מוהרא"ש פלעגט זיצן צען שעה מיט מאן און ווייב - אבי עס זאל זיין שלום בית, אבי נישט צו מאכן קיין גט.


איך האף איר וועט אננעמען די בריוו און פאלגן וואס שטייט דא - וועט איר נישט דערלייגן און איר וועט נאר פארדינען. מאכט שלום מיט אייער מאן און קלאפט ארויס די שלעכטע מחשבה פון 'זיך גט'ן', ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ, אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", ווען מאן און ווייב גט'ן זיך וויינט דער מזבח, פארוואס וויינט דוקא דער מזבח? זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה: "דער מזבח וויינט, ווי צו זאגן: 'מען איז שוין מקריב אויף מיר גענוג קרבנות, פארוואס פעלט אויס מען זאל ברענגען נאך קרבנות', ווייל ווען עלטערן גט'ן זיך ווערן די קינדער קרבנות, די קינדער ווערן גע'שחט'ן השם ישמרינו".


איך האף צו זיין אין ארץ ישראל בקרוב, וועל איך רעדן מיט אייער מאן פנים בפנים.


איך ווארט צו הערן אויב איר האט באקומען דעם בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.