בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אריינברענגען אין די קינדער קריאת שמע שעל המטה
שלאפן, חינוך הילדים, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד במוסדותינו וויליאמסבורג.


וואויל איז דיר ..., וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט א מלמד, דיינע יארן גייען אריבער מיט לערנען תורה און מדות טובות מיט אידישע קינדער.


ביסט מיר זייער באליבט; יעדער תלמיד היכל הקודש איז מיר באליבט, אבער נאכמער באליבט זענען די וואס געבן זיך אוועק צו אויפבויען אידישע קינדער, פארשפרייטן די לימודים וואס מוהרא"ש לערנט אונז - פאר אנדערע.


מיינען זון וואס האבן געלערנט ביי דיר ליינען יעדע נאכט קריאת שמע של האריז"ל; דו האסט עס גוט אריינגעלייגט אין זיי, דו האסט זיי געגעבן א געשמאקע קריאת שמע של האריז"ל וואס דו האסט ארויסגעגעבן און זיי ליינען דערין יעדע נאכט קריאת שמע.


וויל איך דיר בעטן, די יאר איז אריין צו דיר נאך א קינד מיינס, ... נרו יאיר, ער דארף נאך א שטיקל שטופ, אים דארף איך נאך דערמאנען יעדע נאכט, אז איך דערמאן אים נישט - ווייס איך נישט וכו'; אויב קענסטו פון פריש דאס אריינבאקן אין זיי און זיי געבן פון דיינע קריאת שמע ליינער, דאס וועט בלייבן מיט זיי זייער גאנץ לעבן.


שטארק זיך; דער אייבערשטער וואס האט געמאכט מיט דיר און דיין ווייב ניסים ביז אהער, וועט ווייטער מאכן ניסים, זי וועט האבן בנקל ובנחת.