בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן
... תחי'
קויפט זיך אויער שטאפערס, און ווען איר הערט פון פרויען: "דער ראש ישיבה זאגט אזוי", "דער ראש ישיבה זאגט אזוי" - זאלט איר אריינלייגן די שטאפערס - וועט איר נישט ווערן צעדרייט פון זיי, און אז איר ווילט וויסן באמת וואס איך זאג - קוקט אין די קונטרס עצתו אמונה, און הערט אויס די שיעורים.
אין צענדליגער און הונדערטער בריוו אין אשר בנחל שטייט די ווערטער: "קיינער זאל דיר נישט קומען זאגן 'מוהרא"ש האט אזוי געזאגט', 'מוהרא"ש האט אזי געזאגט', וואס עס שטייט אין אשר בנחל, און וואס מען הערט ביי די שיעורים - דאס איז וואס איך זאג, און דאס איז וואס איך וויל".
קריגט זיך נישט מיט קיינעם, זייט דן לכף זכות יעדן איינעם; בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן יעדן איינעם.