בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מו"ה פנחס פריעדמאן נרו יאיר
איך דאנק אייך זייער פארן העלפן די ישיבה, מיט אייער הילף נעמט איר א חלק אין ראטעווען אידישע דורות.
איר ווייסט דאך אודאי אז היינט איז א צייט וואס עס איז מקוים געווארן דעם פסוק (איכה ד, א): "תִּשְׁתַּפֵּכְנָה אַבְנֵי קֹדֶשׁ בְּרֹאשׁ כָּל חוּצוֹת, בְּנֵי צִיּוֹן הַיְקָרִים הַמְסֻלָּאִים בַּפָּז", עס וואלגערן זיך טייערע אידישע קינדער אין אלע גאסן, אלע ישיבות זוכן נאר מצוינים וכו', אבער ביים רבינ'ס ישיבה נעמט מען אן אלעמען, ווער עס וויל קומען לערנען תורה, קען קומען ביי אונז לערנען.
חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות כח.): ווען רבי אלעזר בן עזריה איז געווארן ראש ישיבה, האט מען אוועק געשיקט דעם שומר הפתח, כדי אז אלע תלמידים וואס ווילן קומען לערנען זאלן קענען אריין קומען אין ישיבה. ווייל ווען רבן גמליאל איז געווען דער ראש ישיבה, האט ער אויסגערופן: "כָּל תַּלְמִיד שֶׁאֵין תּוֹכוֹ כְּבָרוֹ, לֹא יִכָּנֵס לְבֵית הַמִּדְרָשׁ", ווער עס איז נישט אינגאנצן אויסגעארבעט, נעמט מען נישט אן אין ישיבה. און יענעם טאג וואס רבי אלעזר בן עזריה איז געווארן ראש ישיבה און מען האט אוועקגעשיקט דעם שומר הפתח, האט מען געדארפט אריין ברענגען אין בית המדרש נאך בענק; איין שיטה זאגט נאך פיר הונדערט בענק, און איין שיטה זאגט נאך זיבן הונדערט בענק, אזוי סאך תלמידים זענען צוגעקומען אין ישיבה.
פארציילט די גמרא (שם) אז רבן גמליאל האט געהאט חלישות הדעת, ער האט געזאגט: "דִּלְמָא, חַס וְחָלִילָה, מָנַּעֲתִּי תּוֹרָה מִיִּשְׂרָאֵל", אפשר האב איך צוריק געהאלטן תורה פון אידישע קינדער? האט ער זיך גע'חלומ'ט ווי ער זעט שיינע טייערע פעסער, וואס זענען אנגעפילט מיט זאמד, דאס הייסט אז אלע תלמידים וואס זענען צוגעקומען אין ישיבה זינט מען האט געעפענט די טויערן זעען אויס ווי זיי לערנען, אבער אינעווייניג זענען זיי בלויז ווערד אזוי ווי פשוט'ע ערד. פירט אויס די גמרא, אז דאס איז נישט אמת, מען האט אים נאר געוואלט בארואיגן ער זאל נישט האבן קיין חלישות הדעת, דערפאר האט מען אים געוויזן דעם חלום.
זעט מען פון דעם, אז דער וועג איז צו עפענען די טירן פון ישיבה פאר אלע וואס ווילן קומען לערנען.
א גריס פון אייערע אייניקלעך, זיי פירן זיך אויף זייער איידל, מיט גרויס דרך ארץ, דער אייבערשטער זאל אייך געבן געזונט און נחת פון אלע קינדער און אייניקלעך, אמן.