בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
פורים איז זייער א הייליגע טאג, וואס מען בעט דעם אייבערשטן פורים – באקומט מען. צדיקים טייטשן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי מגילה א, ד): "כָּל הַפּוֹשֵׁט יַד נוֹתְנִים לוֹ", יעדער וואס שטרעקט אויס זיינע הענט צום אייבערשטן מיט תפילה ותחנונים – 'נותנים לו', געבט מען אים זיינע בקשות; זאלסטו אויפשטיין פרי און זאגן תהלים, אז דו קענסט אויסזאגן גאנץ תהלים פארן דאווענען – מה טוב ומה נעים, און אז נישט – זאלסטו זאגן אביסל תהלים; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות קי.): "אֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן אָדָם אֶת דַּעְתּוֹ לַשָּׁמַיִם", סיי דער וואס פארמערט, און סיי דער וואס קען נאר טון ווייניג – זענען ביידע חשוב ביים אייבערשטן; און ווען דו זאגסט תהלים זאלסטו אריינפלעכטן דיינע אייגענע תפילות ובקשות צום אייבערשטן.
רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן אין אידיש, אויף דיין מאמע לשון, בעט אים דו זאלסט טרעפן דיין שידוך, וויין זיך אויס דיין הארץ, זאג: "רבונו של עולם איך מוז שוין חתונה האבן, איך וויל זיין הייליג און ריין, איך האלט אין איין פאלן אין עבירות, איך טו תשובה, איך וויל נישט טון קיין שלעכטס, וואס קען איך טון אז איך האלט אין איין אראפפאלן, וויפיל איך פרוביר פאל איך ווייטער, אייבערשטער געב מיר מיין שידוך".