בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת אחרי ב', אסרו חג, כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.
אשריך ואשרי חלקיך אז דו פארשפרייטסט די נייע ספרים "עצתו אמונה" פאר בחורים און יונגעלייט. עס גייט נישט אריבער א טאג וואס בחורים און יונגעלייט זאלן מיר נישט זאגן אז דאס האט זיי געטוישט זייער לעבן צום גוטן.
ערב יום טוב האט מיר א פרוי פון מאנסי געשריבן אז זי האט באקומען אן עצתו אמונה (פרשת בשלח, ע"ט) און דאס האט איר געטוישט איר לעבן. זי קריגט זיך מיט איר מאן שוין פאר איבער 40 יאר און די קונטרס האט איר געגעבן שכל צו האבן שלום בית; אזוי אויך אז 50 יאר ליידט זי פון פחדים און דמיונות און אין דעם קונטרס איז דא א תפילה פאר א פרוי ניצול צו ווערן פון פחדים, זי זאגט דאס יעדן טאג און עס ווערט איר בעסער און בעסער. אויך האט זי זיך אנגעהויבן פארטראגן מיט אירע קינדער וכו', וכו'.
לויט ווי איך שטעל זיך פאר האט זי דאס באקומען פון דיר, ווייל דו ביסט דער מפיץ אין מאנסי-מאנרא; דו ווייסט גארנישט וואס א קונטרס טוט מיט א מענטש. די מפיצים ווייסן נישט וואס זיי טוען אלץ אויף, בעט איך דיר טייערער מפיץ, הייב אן פון פריש מיט א פרישקייט מפיץ זיין די נייע ספרים "עצתו אמונה" און די בריוון פון "איש אמונות", דאס איז נישט קיין נייע זאכן, דאס איז אלעס גענומען פונעם ספר הקדוש והנורא "אשר בנחל", עס איז נאר אנדערש געפאקט, אויף א נייע שפראך פאר די היינטיגע דור, אויף א וועג אז בחורים און מיידלעך זאלן דאס פארשטיין.
טייערער חבר, ליבער ברודער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כחות צו זיין פרייליך; ווארף אוועק אלע עצבות ומרירות און לאז זיך פירן פונעם אייבערשטן. גיי ארום שטענדיג מיט א שמייכל.
ווען דו גייסט ארויף צום ציון פון הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו אדער צום ציון פון הרב הקדוש מריבניץ זי"ע זאלסטו מיר מזכיר זיין: יואל בן ריצא רעכיל, איך זאל האבן כח ממשיך צו זיין מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן, משמש זיין מוהרא"ש, און קענען ווייטער פארשפרייטן די זיסע עצות פאר די וועלט.
...