בעזרת ה' יתברך
יום ב' לסדר טהרה, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'.
וואויל איז אייער חלק אז איר האט אהער געשטעלט אזא שיינע פארטי פאר די ישיבה, איר האט אוועק געגעבן טעג און וואכן אז דאס זאל זיין מיט הצלחה; געלויבט דעם אייבערשטן אז עס איז געווען מיט הצלחה.
יעצט ווען מיר ציילן די טעג פון ספירה פאר קבלת התורה, איז די פאסיגע צייט צו מאכן די פארטי פארן מוסד, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה א, ד): ווען דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר די אידן, האט דער אייבערשטער געבעטן פון די אידן "הָבִיאוּ לִי עֲרֵבִים טוֹבִים שֶׁתִּשְׁמְרוּהָ", ברענגט מיר א גאראנטי אז איר וועט היטן די תורה, האבן די אידן פרובירט צו ברענגען אסאך ערבים, אבער דער אייבערשטער האט אויף אלעמען געענטפערט: "עֲרֵבְךָ צָרִיךְ עָרֵב", דער ערב אליינס דארף א גאראנטי, ביז די אידן האבן געזאגט: "בָּנֵינוּ עוֹרְבִים אוֹתָנוּ", אונזערע קינדער זענען אונזערע גאראנטיס אז מיר וועלן האלטן די תורה, "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא הָא וַדַּאי עֲרֵבִים טוֹבִים, עַל יְדֵיהֶם אֶתְּנֶנָּהּ לָכֶם, הֲדָא הוּא דִכְתִיב (תהלים ח, ג): מִפִּי עוֹלְלִים וְיֹנְקִים יִסַּדְתָּ עֹז", דאס זענען גוטע גאראנטיס, בזכות די קינדער וועל איך ענק געבן די תורה; זעט מען פון דעם אז דער אייבערשטער האט גענומען אונזערע קינדער פאר א גאראנטי אז מיר וועלן האלטן די תורה, דערפאר איז א גרויסע זאך אז איר האט געמאכט א פארטי פארן מוסד מיר זאלן קענען אנגיין מיט די חדר און מיידל סקול.
בזכות וואס איר העלפט די מוסדות זאלט איר האבן נחת פון אייערע קינדער; איר זאלט זוכה זיין זיי צו מגדל זיין לתורה ולמצות ולמעשים טובים.
דער אייבערשטער זאל העלפן אייער בר מצוה בחור זאל אויסוואקסן לשם ולתפארת; איך בין אים מחזק יעדן אינדערפרי. איך האב זייער הנאה אז ער קומט צו דעם דף גמרא שיעור און איך האף אז ווען ער וועט ווערן א בחור וועט ער ווייטער קומען, ווייל זייער אסאך מאל ווען די קינדער וואקסן אויף קומען זיי שפעטער אין ישיבה, דאס קומט ווייל עלטערן האבן א טעות, זיי מיינען אז מען טאר נישט וועקן א בחור.
וויסן זאלט איר מרת ... תחי', דאס וואס איך האב געלערנט אלס בחור איז אלעס בזכות מיין טייערע מאמע תחי'; זי פלעגט זיצן אויף מיין בעט און זינגען פאר מיר ניגונים איך זאל אויפשטיין, דאס איז געווען ווען איך בין שוין געווען א בחור פון זעכצן יאר, אין איר זכות בין איך אויפגעשטאנען. ווען זי זאל מיר לאזן שלאפן וואלט איך נאך אלץ געשלאפן, דעריבער וויל איך אייך מחזק זיין איר זאלט העלפן אייערע קינדער אויפשטיין אינדערפרי זיי זאלן קומען אין ישיבה לערנען און דאווענען.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.