בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת אחרי-קדושים, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן די געלט פארן כולל פאר פרשת טהרה.
עס איז אריבער די ערשטע וואך פון אונזער נייע כולל און די אינגעלייט לערנען ברוך ה' זייער פלייסיג מיט אן אויסטערלישער התמדה.
ביי מיר איז דער כולל ווי א מתנה פונעם אייבערשטן אויף די צען יאר וואס מיר האבן די ישיבה און מיר האבן זיך דערהאלטן טראץ אלע שוועריקייטן וואס מיר זענען אריבער.
מיר האבן אינגעלייט וואס לערנען מיט התמדה רבה; מען האט אנגעהויבן הלכות שבת, פארמיטאג לערנט מען הלכות שכירות וקבלנות, און נאכמיטאג לערנט מען די לייכטערע סימנים פון הלכות שבת, צעם האט אנגעהויבן מיט סימן רע"א הלכות קידוש וכו'.
אויך לערנט מען אנהייב טאג דעם דף גמרא, אזוי ווי מוהרא"ש האט איינגעפירט אין די כולל פאר אברכים אין יבניאל.
איך דאנק דיר אז דו האסט זיך אונטערגענומען צוזאמשטעלן געלט פאר די כולל אינגעלייט; דאס וועט דיר זיין פאר א זכות צו האבן ערליכע קינדער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): רבא זאגט: "דְּרָחִים רַבָּנָן הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", ווער עס האט ליב תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", און ווער עס איז מכבד תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו האבן איידעמער תלמידי חכמים; אזוי זאגט אויך דער רבי אין ספר המידות (אות בנים, סימן נה).
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.