בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - באניי זיך
חנוכה, סדר היום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, בארא פארק


די מנורה לייגט מען אויף די לינקע זייט פונעם טיר, מוהרא"ש זאגט, מיט דעם ווייזט מען אז אפילו ווען עס איז לינקס, עס גייט אריבער שוועריקייטן, און אפילו מען שפירט זיך לינקס, ווי א דורכפאל – ברענט דארט אויך די הייליגע חנוכה לעכט, דיקא דארט איז באהאלטן די אור הגנוז, דארט איז באהאלטן דער אייבערשטער.


דאס איז די לימוד וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז, און דאס איז דער לימוד וואס משיח צדקינו וועט אריינברענגען אין די וועלט, און דאס איז די ראשי תיבות פון משי"ח: מ'זוזה, י'מין, ח'נוכה, ש'מאל; אין די מזוזה שטייט די אמונה, שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד, דער אייבערשטער איז מיט אונז, ביי אונז און נעבן אונז, און חנוכה משמאל, אפילו עס איז לינקס, דינים, עס גייט איבער שווערע ביטערע טעג – גם שם נמצא ה' יתברך.


טייערער ברודער באניי זיך, זיי זיך מחי' מיט דיין מזוזה, מיט דיין ציצית, זיי זיך מחי' מיט די אמונה, באניי זיך מיט לימוד התורה, הייב אן דיין טאג מיט אכצן פרקים משניות, זעץ זיך אריין אין א שול, פארמאך דיין טעלעפאן, זיי גורס ח"י פרקים משניות, מיט א יום תהלים, מיט בית נצחי [א דף ב'בלי, א דף י'רושלמי, א פרק ת'וספתא, ראשי תיבות בית], נאכדעם גיין אין אפיס, די גאנצע טאג וועט דיר גיין גרינגער, אנשי שלומינו זענען דאס מעיד, אלעס גייט גרינגער נאכן לערנען ח"י פרקים משניות.