בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - באניי זיך און פריש זיך אויף
שבת קודש, התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ג' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אז דו זאלסט בלייבן א פרישער מקורב; דיין התקרבות צום הייליגן רבי'ן זאל זיין פריש, אזוי ניי און געשמאק ווי ווען דו האסט זיך דערוויסט פון רבי'ן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): מען דארף אלץ אנהייבן מיט א פרישע התחלה; ווען מען קומט צום צדיק זאל מען טראכטן: 'איך בין יעצט א נייע מקורב כאילו איך בין נאך קיינמאל נישט דא געווען, יעצט איז מיין ערשטע מאל וואס איך קום צום צדיק'; אזוי ווערט מען נישט צוגעוואוינט און אפגעקילט.


פארוואס שרייב איך דיר דאס? ווייל איך געדענק ווען דו ביסט מקורב געווארן צום רבי'ן יארן צוריק איז ביי דיר געווען חשוב יעדע דיבור וואס דו האסט געהערט פון רבי'ן, דו פלעגסט זיצן ביי שלש סעודות צוזאמען מיט תלמידי היכל הקודש, געזינגען זמירות און געלערנט די שיחות פון רבי'ן. אבער היינט זע איך דיר זיצן ביי שלש סעודות פון אונטן פון בית המדרש וכו', זע איך אין דיר אז דו ביסט שוין נישט אזוי פריש וכו'.


איך שרייב דיר דאס ווייל איך האב דיר ליב, איך וויל דו זאלסט ווייטער דינען דעם אייבערשטן און נישט אלט ווערן; "אלט טאר מען נישט זיין" - האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן סימן נא), אן אלטער חסיד איז נישט גוט צו זיין און אויך נישט אן אלטער צדיק; מען דארף זיך שטענדיג אויפפרישן און זיך באנייען.


באניי זיך און פריש זיך אויף; און ווען אידן זיצן צוזאמען ביי שלש סעודות וכדומה זאלסטו זיין א חלק פון זיי. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה ט:) אויפן פסוק (קהלת א, טו): "וְחֶסְרוֹן לֹא־יוּכַל לְהִמָּנוֹת" זֶה שֶׁנִּמְּנוּ חֲבֵרָיו לִדְבַר מִצְוָה וְלֹא נִמְנָה עִמָּהֶם"; ווען אידן טוען א מצוה אינאיינעם און איינער טיילט זיך אפ - דאס איז א חסרון וואס מען קען נישט באצאלן; הער אויס די ווערטער וואס מען רעדט פון רבי'ן און זיי א חלק פון די וואס זינגען זמירות שבת, נישט פון די יושבי קרנות; זיי פון די מענטשן וואס דער רבי איז ביי זיי איינגעקריצט אין הארצן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "איך האב דריי כיתות פון מענטשן וואס קומען צו מיר, איין כיתה וואס האבן ליב מיין תורה, איין כיתה וואס קומען עסן קויליטש און א דריטע כיתה וואס איך בין איינגעקריצט ביי זיי אין הארצן"; דארפסטו זען צו בלייבן פון די דריטע כיתה, פון די וואס קומען צום רבי'ן נעמען נאך שכל און נאך חיזוק פארן לעבן, נישט פון די וואס קומען עסן קויליטש שלש סעודות וכו'.


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער מיט א פאזעטיווע בליק, איך מיין נאר דיין גוטס.