בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בארגן געלט צו קויפן א דירה
חובות, דירה, בית נצחי

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


מעגסט בעטן דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן זאלן דיר בארגן געלט צו קענען קויפן א דירה, עס איז א שמחה פאר עלטערן צו העלפן די קינדער קויפן א הויז, עס איז אנדערש ווען מען בארגט געלט צו קויפן א דירה ווי מען בארגט געלט צו לעבן; ווייל בארגן געלט אויפן טאג טעגליכן לעבן – איז נישט ריכטיג, דאס טוט וויי פאר עלטערן, צו זען ווי די קינדער קענען נישט דורכשטופן דעם חודש, די וואך וכו', אבער ווען מען קויפט א דירה – איז דאס א שמחה; זאלסטו בעטן אלע פון די משפחה און אלע באקאנטע, און זיי נישט דערשראקן, מוהרא"ש זאגט, אביסל בארגט מען און אביסל זארגט מען און מען האט אן אייגענע הויז.


לערן יעדן טאג א בלאט גמרא ב'בלי, י'רושלמי, און א פרק ת'וספתא, די דריי לימודים איז די ראשי תיבות בי"ת; מוהרא"ש זאגט, דאס איז א סגולה צו האבן א בית אויף די וועלט און א בית נצחי לנצח נצחים. און אפילו דו פארשטייסט נישט דאס לערנען – זאלסטו זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר לערנען און זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, מען דארף נישט גלייך פארשטיין, און במשך די צייט וועט מען זוכה זיין צו פארשטיין.